לדלג לתוכן

די קלארע פאקטן

פֿון װיקיפּעדיע

די קלאָרע פאַקטן איז א קונטרס אין א הארטע דעקל, געשריבן אין יודיש, ערשינען אום סיון תשנ"ה דורך עסקנים פון קהל יטב לב דסאטמאר אין קרית יואל, ארויסגעגעבן דורך קרית סענטער און געדרוקט ביי הוצאת פאר.

דער קונטרס איז געווידמעט קלארצושטעלן די פאקטן איבער די טענות וואס מ'האט געהאט קעגן דעם קרית יואל סקול דיסטריקט.

עס אנטהאלט פערצן פרקים מסביר צו זיין וואס דער סקול דסטריקט איז, און א פופצנטער פרק וואו עס ווערט ערקלערט דער ציהל פון קרית סענטער - דער פארגייער פון המספיק.

דער צוועקן פונעם קונטרס איז אפצושלאגן די טענות פון די אוסרים מיט דאקומענטן און ריכטיגע פאקטן.


עס איז בשעתו ארומגעשיקט געווארן צו חרדישע קהילות איבער די וועלט און פארקויפט געווארן פאר די פרייז פון איין דאלאר.