די איבערראשונג
די איבערראשונג איז א דיקער בוך אין די יודישע שפראך, ערשינען אום ניסן תשע"ב, וואו עס ווערט באשריבן א שפאנענדע פיקטיווע ערציילונג.
דער בוך איז געשריבן דורך ש. ינאי און באארבעט דורך חיים יוסף מאיר ליבערמאן. ארויסגעגעבן דורך מקור חיים פאבלישינג אין צוזאמענארבעט מיט הוצאת שי, און ווערט דיסטריבוטעט דורך קינדער שפיל.
די מעשה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יהודה קאנער, א חרדישער יוד פון ירושלים, פארט כסדר קיין אוקריינע בשליחות פון רבי לוי יצחק מילער פון די ארגאניזאציע דזשואיש סאוויעט, וועלכער האט א מיסיע ארויסצואראטעווען יודן פון די לענדער אונטערן אייזערנעם פארהאנג און צוריקקערן געביידעס וועלכע האבן באלאנגט צו יודישע געמיינדעס.
אינאייוועגס באפעלט אים זיין מוטער אויפצוזוכן זיין פארלוירענעם ברודער נתי, וועמען די קאמוניסטן האבן אוועקגעכאפט און געגעבן צו אדאפטירן צו א קא גע בע אפיציר סערגעי וועלכער איז שפעטער געווארן דער קאמאנדיר פון דער אוקריינישער מאפיא.
ער האנדלט אויך מיט באריס קליין פון די פעדעראציע וועלכער דארף אים העלפן צוריקקערן געביידעס, אבער ער שטעלט זיך ארויס אלס פאררעטער וועלכער ארבעט צוזאמען מיט די איראנער צו פארניכטן די חרדישע יודנטום. באריס ארבעט צוזאמען מיט צוויי נטורי קרתא בחורים שייקע און יאסקע, וועלכע זענען איבערצייגט אז מ'דארף פארניכטן די מדינה.
אין זיינע מיסיעס ווערט ער פארכאפט אין א קאמף צווישן מאפיא באנדעס.
דער בוך אנטהאלט דריי-און-פופציג קאפיטלען אין א סך הכל פון פיר-הונדערט און פופצן זייטן.