דזשוסעפע ווערדי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דזשוסעפע ווערדי אין זייַן אלט יארן

,

דזשוסעפע פֿארטונינא פראנטשעסקא ווערדי (איטאליעניש: Giuseppe Verdi‏; 10טן אקטאבער 1813 - 27טן יאנואר 1901) איז געווען אן איטאליענישער קאמפאזיטאר, בעיקר פון אפערע. זיינע אפערעס ווערן געשפילט איבער דער גארער וועלט.

יונגע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווערדי איז געבוירן אינעם דערפל לע ראנקאל צו זיין פאטער קארלא דזשוסעפע ווערדי און זיין מוטער לואידזשיא אוטיני דעם 10טן אקטאבער 1813. דאס דערפל איז דעמאלסט געווען א טייל פון דער פראנצויזישער אימפעריע.

דעם 4טן מיי 1836 האט ער געהייראט מארגעריטא בארעצי, און זיי האבן געהאט צוויי קינדער.

זיין ערשטע אפערע איז געווען אבערטא, וואס האט געשפילט צום ערשטן מאל אין דער מילאנער אפערע הויז, לא סקאלא, נאוועמבער 1839.

אסאך פון זיינע אפערעס, ספעציעל די פון נאך 1851, שפילט מען איבער כסדר. קיין שום אנדער קאמפאזיטאר פון איטאליענישער אפערע איז געווארן אזוי פאפולער ווי ווערדי, אחוץ אפשר דזיאקאמא פוטשיני.