געבראקטס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

געבראקטס איז טייטש מצה געווייקט אין וואסער, אדער סיי וועלכע געקעכטס וואס קומט אריין דערין מצה-מעל, ווי קניידלעך.

אַ סך חסידישע אידן האבן פסח מחמיר געווען מיט חומרות וועלכע טראצדעם וואס האבן קיין גרונד אין הלכה איז מען זיך אבער מחמיר דערין, ווייל אפשר האט זיך געמאכט אז איין ווייצל איז נישט געווארן צעמאלן אינגאנצן און יעצט אז מ'וועט עס בראקן אין וואסער, איז דאך מעגליך אז דאס ווייצל זאל יערן און עס וועט נאך ווערן חמץ.

אויף דעם חשש פירן זיך טאקע אַ סך חסידישע אידן נישט צו עסן קיין געבראקטס.

פון דער צווייטער זייט, אויך ערליכע אידן פון אלע דורות האבן זיך נוהג געווען צו עסן געבראקס אום פסח. דער פרעשבורגער רב, רבי משה סופר (חתם סופר) האט אפילו געזאגט אז ער ווייסט נישט וויאזוי מ'קען האבן אן "עונג יום טוב" אן קניידלעך. און אז דאס אסר'ן צו בראקן, נעמט אוועק דעם טעם יום טוב.

אין חוץ לארץ, וואו מ'האלט פסח אכט טעג, פירן זיך רוב צו עסן געבראקטס אחרון של פסח.