גלויבן
פֿון װיקיפּעדיע
גלויבן, אדער אמונה איז אנדערשט ווי וויסן, מיינט דאס אז מען נעמט אן א דעם אמת פון א זאך; באגריף; מיינונג א.א.וו. - אן קיין איבערצייגונג נאר בלויז פון פערזענליכע געפילען און חושים.
אין רעליגיע הייסט דאס אמונה צוליב דאס וואס ער פארברייטערט זיך איר מיינונג מער פון סתם גלויבן און ארום דאס גאנצער מהות פון לעבן, - אז עס שטארקט און באפעסטיגט דעם מענטש מלשון נאמנות געטרייהייט און טראסט. זעהט אויף דעם בטחון.
מען רופט אויך רעליגיעס - גלויבונגען ווייל זיי גלויבן אלע.
[בעאַרבעטן] אידישקייט
צו גלייבן אין גאט איז פון די יסודותדיגסטע מצוות אין אידישקייט, עס איז פון די עשרת הדברות שלושה עשר עיקרים און תרי"ג מצוות אינערהאלב די אידישע תורה טרעפן מיר חכמים וואס זאגן אז גלויבן אלייןס איז נישט אידישליך נאר מען דארף אויך וויסן אבער פיל האבן געהאלטן אז אויב מען וויל וויסן איז דאס א וועג צו זיין אן אפיקורס.

