גלויבן

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שמונה עשרה · שחרית · מנחה · ערבית
שמע ישראל · קריאת התורה · מוסף
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
בית כנסת · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם



גלויבן, אדער אמונה איז אנדערשט ווי וויסן, מיינט דאס אז מען נעמט אן א דעם אמת פון א זאך; באגריף; מיינונג א.א.וו. - אן קיין איבערצייגונג נאר בלויז פון פערזענליכע געפילען און חושים.

אין רעליגיע הייסט דאס אמונה צוליב דאס וואס ער פארברייטערט זיך איר מיינונג מער פון סתם גלויבן און ארום דאס גאנצער מהות פון לעבן, - אז עס שטארקט און באפעסטיגט דעם מענטש מלשון נאמנות געטרייהייט און טראסט. זעהט אויף דעם בטחון.

מען רופט אויך רעליגיעס - גלויבונגען ווייל זיי גלויבן אלע.

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] אמונת השם

אמונת השם האלט אין זיך פארשידענע צווייגען: גלויבן אין דעם עקזיסטענץ פון דעם אייבערשטן, גלויבן אין זיין איינציגקייט, און דער פֿאַרבאָט צו גלויבן אין אַן אנדערען געטליכען עקזיסטענץ אויסער דעם אייבערשטן.

לויט פארשידענע ראשונים (רמב"ם, סמ"ג, ספר החינוך), ווערט אמונת השם פאררעכענט צווישן דעם צאָל פון תרי"ג מצות, דאגעגען אנדערע ראשונים (בה"ג, רבי סעדיה גאון) האלטן, אמונת השם איז נישט אין צאָל פון די תרי"ג מצות, און װי דער רמב"ן [1] ערקלערט זייער מיינונג, דער צאָל תרי"ג מצות באציעט זיך נאר צו פליכטונגון וואס דער אייבערשטער האט פארפליכטערט ייִדישע קינדער צו טוהן אדער פֿאַרבאָטן פון טוהן, דאגעגן אמונת השם וואס דער אייבערשטער האט געלאזט וויסן, וואס דאס איז דער פֿאַקטאָר און ווארציל וואס פון דעם ווערט געבוירן און וואקסט ארויס די מצוות, ווערט נישט מיטגעציילט אין צאָל פון די תרי"ג מצות. שאין מנין תרי"ג מצות אלא גזירותיו יתעלה שגזר עלינו לעשות או מנענו שלא נעשה, אבל האמונה במציאותו יתעלה שהודיע אותה אלינו וכו' הוא העיקר והשורש שממנו נולדו המצות לא ימנה בחשבון..

א) די תורה באַפֿעלט ייִדישע קינדער צו גלויבן אין דעם עקזיסטענץ פון דעם אייבערשטן, וואו ס'שטייט "אנכי ד' אל-היך" (שמות כ. ב.), און װי דער ספר החינוך ערקלערט [2], "דער ווארט אנכי לערנט אַז מען זאָל וויסן און גלויבן אין דעם עקזיסטענץ פון דעם אייבערשטן". די מצוה ווערט גערעכנט צווישן דעם צאָל פון די תרי"ג מצוות: לויט דעם רמב"ם אין ספר המצות, אלס מצות עשה א. לויט דעם ספר המצות גדול (סמ"ג) אלס עשין א. לויט דעם ספר החינוך אלס מצוה כ"ה.

ב) די תורה באַפֿעלט ייִדישע קינדער צו גלויבן אין דעם איינציגקייט פון דעם אייבערשטן, װי ס'שטייט "שמע ישראל ד' אל-הינו ד' אחד" (דברים ו. ד.), און װי דער ספר החינוך ערקלערט [3], "די תורה לערנט אונז, דערהערט'ס פון מיר יידישע קינדער, עטס זאלטס וויסען און גלויבן אז דער אייבערשטער איז איינציגקייט. די מצוה ווערט גערעכנט צווישן דער צאָל פון די תרי"ג מצוות: לויט דעם רמב"ם אין ספר המצות, אלס מצות עשה ב. לויט דעם ספר המצות גדול (סמ"ג) אלס עשין ב. לויט דעם ספר החינוך אלס מצוה תי"ז.

ג) די תורה פֿאַרבאָט ייִדישע קינדער פון צו גלויבן אין אן אנדערען געטליכען עקזיסטענץ אויסער דעם אייבערשטן, װי ס'שטייט "לא יהיה לך" (שמות כ. ג.) , און װי דער ספר החינוך ערקלערט [4], "דו זאלסט נישט גלויבן אין אַן אנדערען געטליכען עקזיסטענץ אויסער דעם אייבערשטן". די מצוה ווערט גערעכנט צווישן דער צאָל פון די תרי"ג מצוות: לויט דעם רמב"ם אין ספר המצות, אלס מצות לא תעשה א. לויט דעם ספר המצות גדול (סמ"ג) אלס לאוין א. לויט דעם ספר החינוך אלס מצוה כ"ו.

[באַאַרבעטן] דער אינהאלט פון דער מצוה

גלויבן אין דעם עקזיסטענץ פון דעם אייבערשטן:

דער מענטש זאל וויסן אז דער אייבערשטער איז דאָס ערשטע עקזיסטענץ און ער האט געברענגט אין עקזיסטענץ אלץ וואס עקזיסטירט, און אָן זיין עקזיסטענץ קען קיין זאך נישט האָבן אן עקזיסטענץ, און זיין עקזיסטענץ וועט אלעמאל עקזיסטירן אומאפּהענגיק פון אנדערע עקזיסטירונגן. ווייל אלעס וואָס עקזיסטירט האָט קיין עקזיסטענץ נאָר פון דער ווירקליכקייט פון זיין עקזיסטענץ. ווי ס'שטייט "אין עוד מלבדו" (דברים ד. לה.) , ס'איז נישט פארהאן אן עקזיסטענץ אויסער דער עקזיסטענץ פון השם, און פארגלייך צו דעם עקזיסטענץ פון השם. דאס איז וואס דער נביא זאגט "וד' אל-הים אמת" (ירמיה י. י.) , ער אליין איז דער ווירקליכהייט און קיין אנדערע זאך איז ווירקליך, אין פארגלייך צו זיין ווירקליכקייט.

לידע שיש שם מצוי ראשון. והוא ממציא כל נמצא. וכל הנמצאים וכו' לא נמצאו אלא מאמתת המצאו. וכו'. הוא לבדו האמת ואין לאחר אמת כאמתתו. והוא שהתורה אומרת אין עוד מלבדו כלומר אין שם מצוי אמת מלבדו כמותו. המצוי הזה הוא אל-הי העולם אדון כל הארץ וכו'. (רמב"ם הלכות יסודי התורה פ"א הלכה א' – הלכה ה')

גלויבן אין דעם איינציקייט פון דעם אייבערשטן:

דער מענטש זאל וויסן אז דער אייבערשטער איז איינס, נישט צוויי אדער מער ווי צוויי, אין ס'איז נישט פארהאן אן איינציקייט ווי זיין איינציקייט, ער איז נישט איינציק ווי איין איינהייט וואס האט נאך איינהייטן, און נישט איינציק ווי א קערפערשאפט וואס קען זיך צוטיילן אין טיילן און גרענעצן, ער איז איינציג מיט אן איינציקייט וואס האט קיין פארגלייך.

אלו-ה זה אחד הוא ואינו שנים וכו'. שאין כיחודו אחד מן האחדים בעולם. לא אחד כמין שהוא כולל אחדים הרבה. ולא כאחד כגוף שהוא נחלק לחלקים ולקצוות אלא יחוד שאין יחוד כמותו בעולם וכו'. (רמב"ם הלכות יסודי התורה פ"א הלכה ז')


[באַאַרבעטן] אידישקייט

צו גלייבן אין גאט איז פון די יסודותדיגסטע מצוות אין אידישקייט, עס איז פון די עשרת הדברות שלושה עשר עיקרים און תרי"ג מצוות אינערהאלב דער אידישער תורה טרעפן מיר חכמים וואס זאגן אז גלויבן אליין איז נישט אידישלעך נאר מען דארף אויך וויסן, אבער פיל האבן געהאלטן אז אויב מען וויל וויסן איז דאס א וועג צו זיין אן אפיקורס.

[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. ספר המצות מצות עשה, מצוה א
  2. מצוה כ"ה
  3. מצוה תי"ז
  4. מצוה כ"ו
אין אַנדערע שפראַכן