גוגל (זוכמאשין)
פֿון װיקיפּעדיע
גוגל איז א זוכמאשין וואס איז פארשפרייט דורך דער גוגל פירמע. זי איז הײַנט די פאפולערסטע זוכמאשין אויף דער אינטערנעץ, וואס באהאנדלט יעדן טאג הונדערטע מיליאנען בקשות צו טרעפן אינהאלט אין וועב ערטער מיט אירע גארע באדינסטן.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] בלאט ראנג
דער אויפטו פון דער גוגל זוכמאַשין איז געווען אין דער בלאַט ראַנג סיסטעם, אויף וועלכע די צוויי גרינדערס האָבן געשריבן אַ פּאַפּיר זייענדיג נאָך אין סטענפאָרד. דער בלאַט ראַנק סיסטעם האָט אויסגעאַרבעט אַ ווערט פאַר יעדן וועב בּלאַט, געבויט הויפטזעכליך אויף די צאָל לינקס צו דעם בלאַט און דער בלאַט ראַנק פון די וועב בלעטער וואס לינקן אהין.
זייער חשבון אז וועלכעס סייטס עס האט די מערסטע לינקס ברויך זיין פאפולער אויפן אינטערנעט. דערפאר טוט זי שטופן די דאזיגע סייטס פארן זוכער אין די נאז. גוגל איז דאך א ראבאטישער פראגראם און קען נישט וויסן וויפל טראפיק א וועב סייט האט באמת. ער קען נאר מאכן סייענטיפישע טעאריע'ס פארוואס א וועב סייט איז, אדער ברויך זיין, פאפולער. און לויטן אנפירונג פון דעם ביזנעס חשבון פון זייערע טעכניקער מאכט דאס א סייט וואס האט מער לינקס מער פאפולער, דורך דאס מער עקספאוזען פאר די מענטשהייט, און דאס באגראבט רעלאטיוו די חשיבות פון אנדערע סייטס.
[באַאַרבעטן] אינטערסאנטע זאכן וואס מ'קען טאן מיט גוגל
- אז איר לייגט אריין א טעלעפאן נומער וועט ארויף קומען דער נאמען און אדרעס פון איר בעל הבית.
[באַאַרבעטן] Google Suggest
ווי נאר איהר לייגט אריין א אות אין דעם "זוך" קעסטל, קומט תיכף ארויף א ליסט מיט ווערטער וועלכע פאנגען זיך אן מיט דעם אות. ווען איהר לייגט אריין נאך אן אות, וועט עס ווייזען ווערטער וואס פאנגען זיך אן מיט די צוויי אותיות, און אזוי ווייטער. ווען איהר קליקט אויף א ווארט פיהרט גוגל דורך א זיך-אקציע אויף דעם ווארט.
[באַאַרבעטן] גוגל אויף יידיש
עס איז מעגליך צו זוכן נייעס און וועב בלעטער אויף יידיש.
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
גוגל זוך מכשיר • גוגל טולבאר • זשימעיל • גוגל שמועס • גוגל קא אפ • גוגל נייעס • גוגל דעסקטאפ • גוגל דאקומענטן • גוגל לייענער • גוגל אלערטס • גוגל מאפע • גוגל ווידעא • גוגל אנאליטיקס • בלאגער • גוגל פינאנץ • לעבס • גוגל בילדער • גוגל ביכער • פרוגעל • גוגל ערד • גוגל בוקמארקס • יו טוב • גוגל גרופעס