בראנדנבורג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

בראַנדנבורג (דייטשיש: Brandenburg, נידערדייטש: Brannenborg) אין מזרח דייטשלאנד איז איינע פון די 16 לענדער אין דייטשלאנד. זיין שטח איז 29,478 קוואדראט ק"מ (דאס פינפטע גרעסטע לאנד אין דייטשלאנד); לויט זיין באפעלקערונג איז עס דאס צענטע גרעסטע מיט 2,495,635 איינוואוינער.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז פאטסדאם.

בראַנדנבורג גרענעצט דעם פוילן צו מזרח, און זייגערווייז פון מזרח גרענעצט זי די לענדער סאקסאניע, סאקסאניע-אנהאלט, אונטער סאקסאניע און מעקלענבורג-מערב פאמעראניע.