באיער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

באַיער אקציעס געזעלשאפט איז א דייטשע כעמיקאליע און אפטייקעריי פירמע געגרינדעט אין בארמען, דייטשלאנד אין 1863. היינט איז זי הויפטקווארטירט אין לעווערקוסן, נארד ריין-וועסטפאליע, דייטשלאנד. זי איז באוואוסט פאר איר ארגינעלער מארקע פון אספירין. באיער איז די דריטע גרעסטע פֿארמאצעווטיקאלע פירמע אין דער וועלט.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

באיער איז געגרינדער אין בארמען (היינט א טייל פון וואופערטאל), דייטשלאנד אין 1863 דורך פרידריך באיער און זיין שותף, יאהאַן פרידריך וועסקאט.

באיער'ס ערשטער הויפט פראדוקט איז געווען אַצעטלסאַליצילישער זויער (ווער דער פראנצויזישער כעמיקער שארל פרעדעריק גערהארט האט ערשט אנטדעקט אין 1853), א מאדיפיצירונג פון סאַליצילישער זויער אדער סאליצין, א פאלקס־רפואה וואס מען טרעפט אין דער קארע פונעם ווערבע בוים.