באטעריע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א באַטעריע איז א צוזאמענשטעל פון געוויסע מאטעריאלן וואס האט דעם כח פארוואנדלען כעמישע ענערגיע אין עלעקטרישער ענערגיע. א באטעריע גיט ארויס אן עלעקטרישן שטראם וואס דאס טוט ערמעגליכן אז מאשינען א.ד.ג. זאלן האבן דעם קראפט מיט וואס צו ארבעטן גענוי ווי ווען מען שטעקט אריין אין וואנט א מאשין.

עס איז דא אויף עטליכע ערליי פארמאטן און שטארקייטן (וואלטאזש)

  • AAA (טריפל א) איז א סארט וואס ווערט היינט כמעט אממערסטנס באנוצט, און עס איז בעיקר געמאכט פאר קלענער סארט עלעקטערישע מעכאניזם
  • AA (דאבל א) איז די מערסט באנוצטע און איז אויך געמאכט פאר מערערע סארטן קליינע מאשינען א.ד.ג.
  • A איז היינט צו טאגס כמעט אומבאנוצט און עס איז זייער שווער אפילו זיך דאס איינצוהאנדלען
  • B איז אויך כמעט אן אומבאנוצטע סארט.
  • C ווערט גענוצט פאר עטוואס גרעסערע מאשינען צ.ב.ש. גרעסערע סארטן באטעריען-לעמפ (לאמטערל).
  • D ווערט גענוצט פאר נאך גרעסערע מאשינען, קלענערע סארטן הויך-הילכער'ס (ספיקער'ס), דראנט-לאזע שטויב-ציערס (וועקיום-קלינער'ס).
  • 9 וואלטאזש, וואס איז גענוצט פאר אזעלכע סארט אינסטרומענטן ווי פייער אלארמ'ס.
  • 12 וואלטאזש, ווערט גענוצט פאר אויטאמאבילן.
  • cr2 ווערט גענוצט פאר פארשידענע מעכאנישע געצייג, די מערסט באקאנטע זענען קאמערעס, אזוי אויך עלקטעראנישע טיימערס