אקסיאם
פֿון װיקיפּעדיע
אן אקסיאם איז א פראפאזיציע אין לאגיק וואס ווערט נישט דערוויזן נאר איז א קלארער אמת. ממילא נעמט מען דאס אן אלס אנהייבפונקט פון וואנעט מען לערנט ארויס אנדערע ווארהייטן.
אין מאטעמאטיק רופט מען אן אקסיאם א פעסטשטעלונג פון וואס מען קען ארויסלערנען טעארעמען.
א לאגישער אקסיאם דארף זיין אן אוניווערסאלער אמת, למשל (A ∧ B) → A. א מאטעמאטישער אקסיאם דעפינירט אן אייגנקייט פאר א טעאריע, למשל a + b = b + a.
די מעטאדע פון אקסיאמען אין מאטעמאטיק האט אנגעהויבן מיט אוקלידוס.
עטימאלאגיע [באַאַרבעטן]
דאס ווארט "אקסיאם" שטאמט פון גריכיש ἀξίωμα (אַקסיאָמאַ) וואס איז טייטש ווערטפול, עכט. די אנטיק-גריכישע פילאזאפן האבן געזאגט אויף א טענה וואס איז וואר אן א באווייז אז זי איז אן אקסיאם.