אסימא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אַסימאָ איז א פארגעשריטענע ראבאט געבויט אין פארעם פון א מענטש אינדזשענירט דורך די האנדא אויטא פירמע. די ראבאט שטייט עפעס מער ווי 4 פיס הויך און קען שפאצירן אויף צוויי פיס גענוי ווי א מענטש ביז א מאקסימום פון 3.7 מ.פ.ש. (6 קילאמעטער. האנדא האט אנגעהויבן די ריסוירטש (פארשונגען) אין 1986 און האט אנטוויקלעט 11 מאדעלן ביז זי האט דעגרייכט דעם אסימא.


וואס איז אַסימאָ?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס ווארט אַסימאָ איז גענומען פוא די ראשי תיבות פון "אדוואנסד סטעפ אין אינאוועיטיוו מאביליטי" וואס איז אנטוויקלט געווארן דורך האנדא מאטאר פירמע און איז די מערסט פארגעשריטענער ראבאט אין דער וועלט אויף דערווייל. אסימא איז דער איינציגסטער ראבאט וואס קען שפאצירן אליינס און ארויפגיין שטיגן. אסימא איז נישט דער איינציגסטער ראבאט אין דער וועלט וואס קען גיין אבער איר וואק איז די פארגעשריטענסטע פון אלע און קיין איין אנדער ראבאט קען נישט ארויפקלעטערן אויף קיין שטיגן.

אויסערדעם וואס ער קען גיין ווי א מענטש קען אסימא אויך פארשטיין ווען מען רעדט צו אים. זיינע ארומפירער האבן געצייגט ווי ער טוט וואס מען הייסט אים און ער פארשטייט שנעל ווען מען רעדט צו אים. פארשטייט זיך אז ער פארשטייט נישט אלעס אבער קעגן אנדערע ראבאטן איז ער א מצוין. וויבאלד האנדא איז א יאפאנישע פירמע האט זי אינסטאלירט די יאפאנישע שפראך אין אים און דערווייל פארשטייט ער נאר יאפאניש. אסימא דערקענט אויך פנימ'ער און קען טאן מיט זיינע הענט און פיס אסאך זאכן ווי עפענען און פארלעשן לעקטערס, עפענען און פארמאכן טירן, טראגן און ברענגן אביעקטן, און שטופן וועגעלעך. אויך קען אסימא גענוצט ווערן פאר פארשידענע ארבעט וועלכע איז צו געפארפול פאר מענטשן ווי אריינגיין אין א כעמיקאלע סכנות'דיגע ארט, אוועקנעמען אויפרייס, אדער באקעמפן פייער.

אנשטאט בויען א פרישן ראבאט אלס א שפילצייג האט האנדא שטענדיג געארבעט אז די ראבאט זאל זיין א העלפער פאר מענטשן צי זאל דאס זיין מיט די ארבעט פון הויז אדער עלטערע און דיסעיבעלט מענטשן. אסימא איז בערך 4 פיס הויך כדי ער זאל זיין פנים אל פנים מיט א געווענליכער מענטש וואס זיצט אויף א בענקל. לצים זאגן אז ער זעט אויס ווי א קינד מיט א ספעיס אנצוג אנגעטאן. אבער האנדא זאגט אז זי האט טאקע דאס געוואלט ווייל אזוי איז ער נישט קיין גרויסע כלי וואס שטייט אין וועג ווען מען דארף אים נישט.

די ערשטע פירמעס וועלכע האבן אנגעהויבן נוצן דעם אסימא זענען געווען איי-בי-עם און די יאפאנעזער נאציאנאלע מוזעאם פאר סייענס און אינאוואציע. אין ביידע ערטער דינט אסימא אלס א אויפנעמער (רעסעפשעניסט) און באגריסט יעדן וואס קומט אריין און פירט זיי ארום די געביידע. האנדא האט פון פריער פראגראמירט די אויסשטעל פון די געביידעס און ווען א מענטש פרעגט אסימא וואו א געוויסע צימער געפינט זיך וועט ער באלד וויסן וואו צו שיקן דעם מענטש.

האנדא האט ארגינעל געליעסט אסימאס פאר $150,000. כאטש א לעבעדיגע אויפנעמערין וואלטן געקאסט פיל ביליגער איז עס אבער ווערט די פרייז פאר אינטערעסאנטקייט.

זיין מענטשליכער געבוי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איינע פון די גרעסטע קונצן פון אסימא איז זיין וואקן. האנדא האט יארן לאנג נאכגעפארשט עטליכע סארט לעבעדיגע באשעפענישן וויאזוי זיי גייען און קריכן. האנדא האט גענומען אין באטראכט די דזשאונטס וואס יעדע הענט און פיס פארמאגט און די קערפער וואג באלאנס וואס רוב לעבעדיגע באשעפענישן נוצן ווען זיי גייען. האנדא האט געוואלט אסימא זאל גיין ווי א מענטש און נישט ווי א בהמה און דערפאר האט זי געמוזט אנטוויקלן א קנעכן וועלכע זאל האלטן דעם אסימא ענליך צו מענטשליכע פיס. די ספעציעלע קנעכן איז געמאכט פון א ווייכע סארט מאטריאל וועלכע זאפט איין די אימפאקט פון וואקן גענוי ווי אונזערע ווייכע פלייש.

אסימא פארמאגט לענדן, קניען, און פוס דזשאוינטס. אין די ראבאטישע וועלט רופט מען א דזשאוינט א דעגרי פון פרייהייט. אן איינצעלע דעגרי פון פרייהייט לאזט א פיס אדער האנט זיך בייגן איין וועג ארויף און אראפ אדער רעכט און לינקס. אסימא פארמאגט 26 דעגרי פון פרייהייט וועלכע גיט אים א באזונדערע גרינגקייט צו בייגן זיינע הענט און פוס אלע וועגן גענוי ווי א מענטש. זיינע דעגרי פון פרייהייט זענען צעשפרייט איבער זיין מעטאלענעם קערפער. 2 פון דעם זענען ביי זיין האלז, 6 אויף יעדע האנט און 6 אויף יעדע פוס. די דעוועלאפערס האבן באטראכט א מענטשליכע פיס וויפיל פונקטן פון זיינע דזשוינטס ער נוצט ווען ער גייט גלייך און ווען ער גייט שטיגן און לויט דעם מינימום האבן זיי געבויט דעם אסימא.

דער גאנצער ראבאט ווערט קאנטראלירט דורך א צענטראלער קאמפיוטער וועלכע פארמאגט צענדליגער סענסארס, אריינגערעכנט ספיד סענסארס צו רעכענען ווי שנעל ער גייט און דזשייראסקאפס סענסארס צו האלטן זיין באלאנס לויט די ספיד. אלע סענסארס ארבעטן אינאיינעם און דאס ערמעגליכט זיין גיין און קומען. זיינע אויגן קאמעראס זעען ווי ער זאל גיין, די ספיד סענסארס, מעסטן ווי שנעל ער גייט, און די דזשייראסקאפס סענסארס שיקן צוריק די נויטיגע מעסעדזשעס וויאזוי דער קאמפיוטער זאל ווייטער צוריקשיקן די מעסעדזשעס צו די מאטארן כדי ער זאל קענען האלטן זיין באלאנס.


גייט ווי א לעבעדיגער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווי דערמאנט איז זיין גיין איינע פון זיינע גרעסטע און וואונדערליכסטע קונצן וועלכע האט יעדן באגייסטערט. איבעראל ווי אסימא איז אנגעקומען זענען מענטשן פשוט געשטאנען פארגליווערט זעענדיג ווי דער קליינער ראבאט שפאצירט אהין און צוריק ווי יעדער מענטש. רוב געוועזענע ראבאטן וואס זענען אויך באטראכט געווארן אלס געלונגענע ראבאטן האבן זיך געמוזט אפשטעלן אויב זיי האבן זיך געוואלט דרייען צו אן אנדערע זייט אבער אסימא בייגט זיך איין ווי א מענטש און דרייט זיך אהין און צוריק ווי גארנישט.

אסימא פארמאגט צוויי פיס און האט נישט קיין רעדער ווי אסאך אנדערע ראבאטן. ווען ער וויל גיין רעכטס אדער לינקס וועט ער בייגן זיין גאנצן באלאנס צו די זייט וועלכע ער וויל גיין און זיינע דזשייראסקאפס וועלן אים צוריק אויסגלייכן איינמאל ער דרייט זיך שוין ווען זיינע פיס טוען ווייטער די ארבעט.

נאכמער וואונדערליך איז וויאזוי ער גייט שטיגן. זיין גאנצע קערפער ווארפט זיך ווען גייט אראפ אדער ארויף די שטיגן אבער ער האלט א גוטע באלאנס און אפילו אויב עפעס וועט אים שטיין אין וועג אדער איינער וועט אים בטעות געבן א שטופ וועט ער זיך שנעל כאפן און אויסגראדן זיין געשטעל און גיין ווייטער.

צו קענען בעסער פארשטיין וויאזוי האנדא האט דאס ערמעגליכט איז וויכטיג צו וויסן וויאזוי א מענטש האלט זיין באלאנס און וואס האנדא האט געדארפט נעמען אין באטראכט. ווען א מענטש לייגט א פיס טריט פאסירט צוויי כוחות: די כוח פון זיין ריר און די כוח פון גראוויטי וועלכע שלעפט צוריק אראפ זיין קערפער צו די ערד. די צוויי כוחות צוזאמען ווערט אנגערופן אין די סייענטיסטישע וועלט "טאטעל אינערטיעל פארס". און צוגאב קומט צו א דריטע קראפט אין די סעקונדע וואס די פוס ווערט צוריק אראפגעשטעלט אויף די ערד.

די אינדזשענירן פון האנדא האבן בעיקר געארבעט אויף דריי פונקטן: די איינזאפונג פון די לעצטע קראפט וועלכע פאסירט ווען די פוס קלאפט אראפ אויף די ערד. א ציל קאנטראל אין וועלכע ספעציעלע דזשייראסקאפס סענסארס ווארענען דעם קאמפיוטער ווען דער ראבאט הייבט אן פאלן אויף פאראויס אדער צוריק און פארלירט זיין באלאנס. אין אזא פאל וועט די קאמפיוטער שיקן די נויטיגע מעסעדזשעס וועלכע וועט צוריק אויפהייבן זיין אויבערשטן טייל פון זיין קערפער און ער וועט אנהייבן גיין שנעלער וואס מאכט אז די באלאנס זאל שנעלער צוריקקומען. די דריטע זאך, וועלכע טוט פארמיידן די צווייטע פראבלעם, איז די אויסרעכענונג וויאזוי צו שטעלן א פוס מיט יעדן טריט אז עס זאל נישט פארלירן זיין באלאנס און דארפן צוקומען צו די הילף פון די בעקאפ באלאנס קאנטראל.


זיין זעה קראפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ביז היינטיגע ראבאטישע מאשינען וועלכע ארבעטן אין פירמעס און שטעלן צוזאם פראדוקטן און פאקן זיי אין שאכטלעך פארמאגן אויך אלע אויגן וועלכע זענען ווידעא קאמעראס וואס ווייזן דעם ראבאט וואו צו לייגן זיינע הענט. די סארט ראבאטן זענען אבער אריינגעשטעלט אויף איין ארט און זייערע אויגן זעען שטענדיג די זעלבע עטליכע אביעקטן און קוקן שטענדיג אין די זעלבע מאס ליכטיקייט. אסימא'ס אויגן האבן א פיל שווערערע ארבעט וויבאלד ער גייט ארום און זעט יעדע מינוט אנדערע זאכן אין אנדערע ליכטיקייטן און ער דארף קענען אפשיידן אביעקטן פון קאנסטראקשן און פארשטיין ווען עפעס רירט זיך און אפילו אפשיידן א שאטן פון די ערד.

אין זיינע צוויי אויגן זענען אריינגעשטעלט צוויי ווידעא קאמעראס וועלכע כאפן אויף אלעס ארום. אסימא קוקט געווענליך ערשט און דערנאך הייבט ער אן גיין. אין זיין סיסטעם איז שוין פראגראמירט מיליאנען ערליי סיגנאלן און סימנים וועלכע ער וועט באלד פארשטיין. צום ביישפיל אויב א מענטש וועט אויפהייבן די הענט און ווייזן סטאפ וועט ער זיך באלד אפשטעלן. ער האט א ספעציעלע חוש נאכצוגיין א מענטש וועלכע וויל אים נוצן אלס משרת. ער וועט אויפכאפן ווען יענער גייט און ער וועט אים נאכגיין אין אלע מאס ליכטיקייטן. ווען אסימא ווערט צוגעשטעלט פאר איינעם איז פאראן די מעגליכקייט צו פראגראמירן צענדליגער פנימ'ער וועלכע וועלן זיין די באקאנטע פאר אסימא. ווען אסימא זעט א באקאנטן וועט ער יענעם באלד באגריסן און פאלגן וואס יענער הייסט אים.

אסימא קען אויך קאנטראלירט ווערן דורך א קאמפיוטער מיט זיינע ווייערלעס מעגליכקייטן. אין אזא פאל קען מען זען אויפ'ן קאמפיוטער וואס אסימא זעט מיט זיינע אויגן.


קאנטראל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אסימא איז פארט נישט קיין מענטש און ער וועט נישט קענען אריינגיין אין א שטוב און מאכן זיינע אייגענע באשלוסן וואס צו טאן. ער מוז קאנטראלירט ווערן קאמפיוטערייזד און אויב מען וויל אים געבן א דזשאב אויף א געוויסע ארט וועט מען מוזן ערשט פראגראמירן דאס ארט און די דזשאב וואס ער וועט דארט טאן. אדער קען מען אים קאנטראלירן פיזיש.

אסימא'ס רוקן זאק אנטהאלט דעם קאמפיוטער סיסטעם וועלכע איז זיין מוח און פון דארט ווערט ער קאנטראלירט. עס זענען פאראן דריי וועגן וויאזוי מען קען אים קאנטראלירן: 1) מיט א קאמפיוטער, 2) מיט א ווייערלעס רעמאוט, און 3) מיט'ן רעדן און ווייזן.

אסימא פארמאגט גוטע ווייערלעס טעכנאלאגיעס וועלכע לאזט אים קאנטראלירט ווערן פון דערווייטענס. ווען מען נוצט א קאמפיוטער קען מען דאס טאן פון די אנדערע עק וועלט ווייל מען וועט זען אויפ'ן קאמפיוטער סקרין דאס וואס אסימא'ס קאמעראס זעען. ווען מען קאנטראלירט אים מיט א רעמאוט קאנטראל דארף מען שטיין נעבן אים זיכער צו מאכן אז מען פירט אים נישט אריין אין וואנט. אפילו ווען מען קאנטראלירט אים פיזיש וועט אסימא נאך אלץ נוצן זיין פארגעשריטענע קאמפיוטער סיסטעם פאר זיין גיין. ער וועט אויסרעכנען יעדע טריט כדי ער זאל נישט אראפפאלן. אויפ'ן רעמאוט זענען אויך פאראן ספעציעלע קנעפלעך וועלכע מאכן אים טאן א געוויסע ארבעט ווי פאכן מיט די האנט, באגריסן מיט דעם קאפ, אדער אנדערע קאמאנדן.

אסימא קען אויך פארשטיין וואס מען רעדט צו אים און קען אויך ענטפערן פראגעס אויף זאכן וואס זענען פריער פראגראמירט געווארן אין אים. ווען מען שטעלט אים אויף א דזשאב קען מען פראגראמירן וואס מען וויל און די ארבעטער וועלן אים קענען זאגן גיי טו דאס און דאס און ער וועט ענטפערן אקעי איך גיי שוין...


זיין קראפט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אזויווי אלע ראבאטן ווערט אסימא קאנטראלירט דורך קליינע מאטארן וועלכע ווערן אנגערופן סערווא מאטארן. די סארט מאטארן זענען זייער פיצל אבער זענען זייער שטארק און דרייען זיך נאר א משהו אויפאיינמאל און דערנאך שטעלט זיך עס אפ ביז עס באקומט א ווייטערדיגן באפעל זיך צו דרייען. די הויפט חכמה פון דעם מאטאר איז אז עס דרייט זיך שנעל אבער קען קומען צו א פלוצלונגן אפשטעל אן דעם וואס עס זאל אויפטרייסלן. אסימא פארמאגט 26 אזלעכע מאטארן אין זיין קערפער וועלכע מאכן אים באוועגן זיינע הענט, פוס, ארעמען, קניען, און אלע אנדערע טיילן פון אים וועלכע קענען זיך באוועגן.

די איינציגסטע פראבלעם מיט אסימא דערווייל איז זיין באטערי קראפט. ער פארמאגט אין זיין בויך א 40 וואלט ניקל-מעטאל הייבריד באטערי וועלכע קען בלויז ארבעטן 30 מינוט נאכאנאנד. דאס איז ווייט פון גענוג פאר איינעם וואס וויל אים האבן פאר א לענגערע צייט. צו רעטשארדזשן די באטערי געדויערט 4 שטונדן. האנדא זאגט אבער אז ווילאנג אסימא איז נאך אין אנטוויקלונג פעלט זיי נישט אויס א בעסערע באטערי און איינמאל זיי וועלן אים לאנטשן פאר די וועלט וועלן זיי טוישן די באטערי צו א מער פארגעשריטענע באטערי.

די באטערי ליגט אינעם צענטער פונעם אסימא און דינט אין טייל אלס זיין מיטל גראוויטי וואג וואס העלפט אים האלטן זיין באלאנס.


זיין לעבנס געשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

האנדא האט אנגעהויבן דעם אסימא פראיעקט אין 986' און האט צום ערשט אנטוויקעלט זיינע פוס און וואקן סיסטעם איינמאל זיי האבן שוין געהאט א ראבאט וואס קען גיין האבן זיי צוביסלעך צוגעשטעלט זיינע הענט בויך און קאפ און האבן דאס נישט געוויזן פאר קיינעם ווילאנג די ארבעט איז געווען אינגאנצן פארטיג און אסימא איז געווארן א מושלם.

אין ענדע 986' האט שוין האנדא געהאט אנטוויקעלט איר ערשטן סעמפל וועלכע זי האט גערופן סי-או וועלכער האט נאר געקענט גיין זייער לאנגזאם. עס האט טיילמאל געדויערט פאר סי-או אזוי לאנג ווי 20 סעקונדן צווישן איין פוס-טריט און די אנדערע ווייל ער האט געמוזט באקומען זיין גאנצע באלאנס בעפאר ער האט געקענט לייגן א צווייטע פוס-טריט.

אין דעם קומענדיגן יאר האט האנדא אנטוויקעלט 3 נייע סעמפלן וועלכע יעדע איז געווען א שריט אויף פאראויס אין זיין וואקן סיסטעם. די סעמפלן האבן זיך גערופן פראטאטיפ אי-1, אי-2 און אי-3. אין 991' נאך פרישע 3 סעמפלן האט האנדא ענדליך דעגרייכט איר ציל און די פרישע סעמפל איז געגאנגן ווי א מענטש. ביי דעם פונקט האט עס אבער נאכנישט אויסגעקוקט ווי א מענטש נאר איז געווען א גרויסע שאכטל מיט מאטארן און סענסארס. די ארבעט פאר א מענטשליכער געשטעל ראבאט איז ווייטער אנגעגאנגן.

אין די קומענדיגע עטליכע יאר האט האנדא אנטוויקעלט עטליכע ראבאטן איינע אנדערש ווי דעם צווייטן און האט דאס כסדר איבערגעמאכט. דעמאלט זענען נאך די ראבאטן געווען 6 פיס הויך ביז האנדא האט באשלאסן אין 997' אז א נידעריגערע ראבאט וועט זיין פלינקער און וועט ווייניגער שטערן. דער קליינער סעמפל איז פארענדיגט געווארן א יאר דערויף און האט געוואויגן 115 פונט. די אינדזשענירן זענען געווען זייער צופרידן און האבן אנגעהויבן ארבעטן אויף זיין אקטועלע פראדוקציע.

אין די לעצטע יארן האט האנדא געארבעט אויף די קליינע דעטאלן און ווען די ארבעט איז פארטיג געווארן האט מען אים אנגעהויבן ארומפירן איבער די וועלט. אין 2003 האט אסימא אפגעשטאט א באזוך אין צענדליגער שטעט אין די פאראייניגטע שטאטן און אין קאנאדע וואו ער האט פארגעשטעלט זיינע קונצן אין סייענס צענטערן און אין גרויסע סקולס.

היינט (2007) איז פאראן 46 אסימאס אין עקזיסטענץ און קאסט היינט אונטער א מיליאן דאלאר צו פראדוצירן.