אנאנאס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

צו מיינט איר אפשר א רעקלאמע?

א וואקסנדיקער אַנאַנאַס

אַנאַנאַס (Ananas comosus) איז דער נאמען פון אן עסבארן טראפישן פלאנץ און אויך זיין פרוכט[1] ער שטאַמט פון דרום בראזיל, און פאראגוויי.[2] דאס איז א פיליאריקער פלאנץ וואס וואַקסט הויך 1.0 ביז 1.5 מעטער מיט 30 אדער מער שפיציגע בלעטער לאנג 30 ביז 100 צ"מ, ארום א דיקן שטאַם.

אויף דעם אַנאַנאַס מאכט מען די ברכה בורא פרי האדמה.

אינהאַלט

בדיקת תולעים[באַאַרבעטן]

געווענליך געפינט זיך נישט קיין ווערעם (תולעים) אדער אינסעקטן (שרצים) אין דעם אַנאַנאַס, אויב אבער מען זעט אנצייגינגן אז ס'איז ווערמיג דארף מען עס גרונטליך קאנטארלירן און אפרייניגן פאר דעם ניצען.

מצוות התלויות בארץ[באַאַרבעטן]

דער אַנאַנאַס איז פון די פרוכט וואס מערסטענס טייל ברענגט מען זיין פון חוץ לארץ, דאך איז פארהאן פון דער ראסע קאיען (Cayenne) וועלכע וואקסען אין ארץ ישראל, דערפאר דארף מען נאך פארשן פון וואנען זיי קומען, צו מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות, שמיטה.

שמיטה[באַאַרבעטן]

דער דאטום וואס פאלט אויף דעם אַנאַנאַס די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון ראש השנה פון דעם זיבעטן יאר, וויבאלד דער אַנאַנאַס האט א דין ווי גרינצייגן (ירקות).

קאנזערווען[באַאַרבעטן]

אין די פאבריקן ווערט פראדוצירט קאנזערווען קאמפאט פון אַנאַנאַס, די פראדוקציע באשטייט אין אלגעמיין פון אויס סארטירן, רייניגן, שיילן און שניידן אויף קלענערע שטיקלעך דעם אַנאַנאַס, צו דעם פרוכט ווערט געווענלעך נאר צוגעגעבן וואסער און צוקער און ווערט פארפאקט אין בלעכענע פושקעס. פון דעסט אונטוועגן איז ראטזאם (ווי ס'איז מעגליך) זיי צו עסן נאר מיט א פארלעסלעכן הכשר, צו וויסן אז ס'איז קאנטראלירט געווארן די אלע האלטבארע ארטיקלען מיט וואס דאס ווערט פארארבייט, ספעציעל אין ארץ ישראל וואו ס'איז פארהאן דער פראבלעם פון מצוות התלויות בארץ.

געטריקענטע פרוכט[באַאַרבעטן]

אזויווי אלע אנדערע געטריקענע פרוכט דארפן זיי געקאנטראלירט ווערן פון אינסעקטן, און אויך מיט וואס זיי זענען איינגעשמירט געווארן.

זעט אויך[באַאַרבעטן]

רעפערענצען[באַאַרבעטן]

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון
  1. http://dictionary.reference.com/browse/pineapple
  2. http://www.socialstudiesforkids.com/articles/ushistory/hawaiifirstpineapples.htm