אוניווערסיטעט פון די אנדן (ווענעזועלע)

פֿון װיקיפּעדיע

דער אוניווערסיטעט פון די אַנדן (שפאניש: Universidad de Los Andes, ULA, אוניווערסידאַד דע לאס אַנדעס) איז דער צווייטער עלצטער אוניווערסיטעט אין ווענעזועלע, מיט זיין הויפט קאמפוס פלאצירט אין דער שטאט מערידא, ווענעזועלע. ULA דער גרעסטער כלל־אוניווערסיטעט אין די ווענעזועלישע אנדן, מיט איינע פון די גרעסטע סטודענטן קערפערשאפטן אינעם לאנד.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ULA איז געגרינדעט געווארן לכתחילה ווי א קאטוילישן סעמינאר אום 29סטן מערץ, 1785 דורכן בישאף פון מערידא, פרע הואן ראמאס דע לארא. דע לארא האט גערופן זיין אנשטאלט די "קעניגלעכע סעמינאר קאלעגיע פון סאן בוענאווענטורא פון מערידא". די שולע איז געהעכערט געווארן צום סטאטוס פון "קעניגלעכער אוניווערסיטעט פון סאן בוענאווענטורא פון מערידא דע לאס קאבאלעראס" אום 21סטן סעפטעמבער, 1810, מיט דער רעכט צו שענקען דיפלאמען אין פילאסאפיע, מעדיצין, ציווילער און קאטוילישער געזעץ, און טעאלאגיע. אין 1832, האט דער פרעזידענט פון ווענעזועלע, גענעראל האזע אנטאניא פאעז, אנגענומען אן אקט וואס מאכט דעם אוניווערסיטעט פאר א סעקולערן אנשטאטל.

היינט, טוט דער אוניווערסיטאט פון די אנדן אפערירן צוויי קאמפוסן אין מערידא, מיט עטלעכע טוץ פאקולטעטן פארשפרייט דורכאויס דער שטאט.


פאקולטעט פון עקאנאמישע און סאציאלע וויסנשאפטן ביים אונווערסיטעט פון די אנדן

אקאדעמיק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אוניווערסיטעט האט ביזגראדירטע פראגראמען אין די קונסטן, וויסנשאפט, ליטעראטור און הומאניסטיק, און נאך, וואס ברענגט צוזאם מער ווי 50,000 סטודענטן און 6,000 פראפעסארן אין די מערידא קאמפוסן.

אקאדעמישע איינסן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאקולטעט פון ארכיטעקטור און אויספלאנעווען
  • שולע פון ארכיטעקטור
  • שולע פון אינדוסטריעלן אויספלאנעווען
פאקולטעט פון קונסטן
  • שולע פון פארשטעלנדיקע קונסטן
  • שולע פון וויזועלע קונסטן און גראפישן אויספלאנעווען
  • שולע פון מוזיק
פאקולטעט פון וויסנשאפט
  • שולע פון פיזיק
  • שולע פון מאטעמאטיק
  • שולע פון ביאלאגיע
  • שולע פון כעמיע
פאקולטעט פון עקאנאמישע און סאציאלע וויסנשאפטן
  • שולע פון ביזנעס אדמיניסטראציע
  • שולע פון חשבון
  • שולע פון עקאנאמיק
  • שולע פון סטאטיסטיק
פאקולטעט פון וועלדעריי און סביבה'דיקן וויסנשאפט
  • שולע פון וועלדעריי
  • שולע פון געאגראפיע און באנייבאר רעסורסן
  • שולע פון וועלדעריי אינזשעניריע
פאקולטעט פון געריכטיגע און פאליטישע וויסנשאפטן
  • שולע פון פאליטישע וויסנשאפטן
  • שולע פון קרימינאלאגיע
  • שולע פון געזעץ
פאקולטעט פון אפטייקעריי און ביאאנאליז
  • שולע פון ביאאנאליז
  • שולע פון אפטייקעריי
פאקולטעט פון הומאניסטיקן און בילדונג
  • שולע פון בילדונג
  • שולע פון היסטאריע
  • שולע פון מאדערנע שפראכן
  • שולע פון ליטעראטור
  • שולע פון מעדיע
פאקולטעט פון אינזשעניריע
  • אלגעמיינע אינזשעניריע שולע
  • שולע פון ציווילער אינזשעניריע
  • שולע פון עלעקטרישער אינזשעניריע
  • שולע פון געאלאגישער אינזשעניריע
  • שולע פון מעכאנישער אינזשעניריע
  • שולע פון כעמישער אינזשעניריע
  • שולע פון סיסטעמען אינזשעניריע
פאקולטעט פון מעדיצין
  • שולע פון שוועסטעריי
  • שולע פון מעדיצין
  • שולע פון שפייזונג
פאקולטעט פון ציינדאקטעריי
  • שולע פון ציינדאקטעריי


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]