אברהם דוד וואהרמאן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי אברהם דוד וואהרמאן (ו' אדר ה'תקל"א - כ"ט תשרי ה'תר"א), רב אין בוטשאטש.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי אברהם דוד איז געבוירן אין נאדווארנא, ו' אדר ה'תקל"א צו זיין פאטער הרב אשר אנשיל וואהרמאן, און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב אברהם רחל'ס. ווען ער איז געווען א קינד האט אים פארהערט רבי דוד שלמה אייבעשיץ (דער "לבושי שרד"), וואס איז דעמאלסט געווען ראש ישיבה אין נאדווארנא.

ער איז געווארן א חתן ביי הרב צבי הירש קארא, אב"ד בוטשאטש.‏[1]

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאך זיין חתונה האט רבי אברהם דוד געוואוינט אין בוטשאטש, דארט האט ער זיך באקענט מיט הרב חיים טירער רב אין טשערנאוויץ, באקאנט אלס דער "באר מים חיים". אין יאר ה'תקנ"א איז רבי אברהם דוד אויפגענומען געווארן רב אין יאזלאוויץ, דארט איז ער געווארן פון די תלמידים פון הרב לוי יצחק פון בארדיטשוב און פון רבי משה לייב סאסאווער.

אין יאר ה'תקע"ד נאך דער פטירה פון זיין שווער איז רבי אברהם דוד אויפגענומען געווארן רב אין בוטשאטש אויף זיין שווער'ס ארט.‏[1]

הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי אברהם דוד איז נפטר געווארן כ"ט תשרי ה'תר"א, און ליגט אין בוטשאטש.

פאמיליע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי אברהם דוד האט געהייראט א טאכטער פון הרב צבי הירש קרא, רב אין בוטשאטש, דער פארפאסער פון ספר שו"ת נטע שעשועים.

זיי האבן געהאט א זון, רבי ישראל אריה לייב וואהרמאן פון בוטשאטש.

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • דעת קדושים - הלכות שחיטות און טרפות
  • אשל אברהם - שלחן ערוך
  • עזר מקודש - אבן העזר
  • משמרת הקודש
  • ברכת דוד
  • מחזה אברם
  • אמרות טהורות
  • תפלה לדוד
  • תהלה לדוד
  • דברי אמת - אבות
  • אשל אברהם - הגדה של פסח

רעפרענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. 1.0 1.1 שבת בשבתו, נומער 936, רבי אברהם דוד מבוטשאטש זצ"ל