אברהם יהושע העשיל (אפטא)
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם אפטער רב, דער אוהב ישראל. טאמער זוכט איר אנדערע מיט דעם נאמען, זעט אברהם יהושע העשל (באדייטן).
רבי אברהם יהושע העשיל (ה'תקט"ו - ה' ניסן ה'תקפ"ה), רב אין אפטא, באקאנט אלס דער אוהב ישראל און דער אפטער רב.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אברהם יהושע העשיל איז געבוירן אין זשמיגראד אין יאר ה'תקט"ו,[1] צו זיין פאטער הרב שמואל פון זשמיגראד, זון פון ר' אריה לייב, רב אין ניישטאט. ער האט געשטאמט פון רבי העשיל פון קראקא, פונעם ט"ז, פון מהר"ם לובלין, פון מהר"ם פאדוואה און נאך גרויסע פערזענליכקייטן.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]און זיין יוגנט ווען רבי אברהם יהושע איז געווען רב אין קאלבאסאוו, איז ער געווען ביים מעזריטשער מגיד, נאכהער האט אים דער בערדיטשעווער רבי און רבי משה לייב סאסאווער, צוגעצויגן קיין ליזשענסק. ער געווען א תלמיד פון זלאטשאווער מגיד און פון רבי אלימלך פון ליזשענסק.
רבי אברהם יהושע איז געווארן רב אין קאלבאסאוו אומגעפער אין יאר ה'תקמ"ח ער האט זיך דארט שטארק אפגעליטן ביז אין ענדע אומגעפער אין יאר ה'תק"ס האט ער געמוזט פארלאזן די שטאט און ער איז געווארן רב אין אפטא. אין יאר ה'תקס"ח האט מען אים אויפגענומען רב אין יאס, דארט האט ער עס אויך נישט געהאט לייכט, און אין יאר ה'תקע"ג האט ער געמוזט אנטלויפן און ער אריבער קיין מעזשביזש. אוועק פארנדיג פון אפטא האט ער זיי צוגעזאגט ער וועט זיך שטענדיג רופן אפטער רב.
זיינע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר "אוהב ישראל" (תרכ"ג) און אין "תורת אמת".
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אברהם יהושע העשיל איז נפטר געווארן ה' ניסן ה'תקפ"ה, און ליגט אין מעזשביזש אין אוהל פון בעש"ט.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אברהם יהושע העשיל האט געהייראט מרת חיה שרה, א טאכטער פון הרב יעקב פון טורטשין.[2] [3]זייערע קינדער:
- מרת יוכבד, די ווייב בזיווג ראשון פון הרב קלמן טירער א זון פונעם באר מים חיים; בזיווג שני, די ווייב פון הרב דן ראדווילער (נפ׳ כ"ה סיון ה'תר"א), א זון פון הרב יצחק פון ראדוויל.
- מרת דינה, די ווייב פון הרב ישראל פון ליטשינעץ.
- מרת רחל, די ווייב פון הרב מרדכי אורנשטיין.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- תורת אמת
- אוהב ישראל
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר