אבי ווייס
געבורט | 24 יוני 1944 (אלט 80) |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
לערנארט | ישיבת רבינו יצחק אלחנן |
פאך | רב |
רבי אבי ווייס (אברהם חיים יוסף הכהן ווייס, געבוירן אין 1944) איז אן אמעריקאנער מאדערן ארטאדאקסישער רב וואס שטייט בראש פון די היברו אינסטיטוציע פון ריווערדעיל, ניו יארק. ער איז א מחבר ספרים, א מגיד שיעור און אן עסקן. ער איז דער גרינדער פון דער ערשטער "אפענע ארטאדאקס" ישיבה "ישיבת חובבי תורה".
אין 2012 איז ווייס באצייכנט געווארן דורך ניוסוויק אךס דער עלפטער מערסטער פראמינענטער רב אין די פאראייניגטע שטאטן. אין 2011 איז ער באצייכנט געווארן אלס דער צוועלפט מערסטער פראמינענטער רב, אין 2010 איז ער באצייכנט געווארן אלס דער 18טער, און אין 2007 אלס דער 25סטער.
הרב ווייס'ס השקפה איז אז הלכה איז מער בויגזאם און אפן צו חידושים ווי די ארטאדאקסישע רעכט וויל טענה'ן. לויט אים, איז "אפענע ארטאדאקסיע" אנדערש פון קאנסערוואטיווע יידנטום מיט דריי יסודות'דיגע חילוקים. איינס, ארטאדאקסן גלייבן אז די תורה איז געגעבן געווארן דורך גאט אויף הר סיני אין איר איצטיגע פארם. צוויי, ארטאדאקסן גלייבן אז פסקי הלכה פון פריערדיגע פוסקים אנגעהויבן פון חז"ל ביז היינט, זענען בינדענד, בעת קאנזערוואטיוון האלטן טז מען קען אפנויגן פון פריערדיגע פסקי הלכה אפילו פון חז"ל. דריי, ארטאדאקסיע לייגט א דגוש אויף געוויסע ריטואלען ווי שבת, כשרות, טהרת המשפחה און דאווענען דריי מאל א טאג, בעת די קאנסערוואטיוון לייגן נישט אזא דגוש אויף ריטואלען.
אין מאי 2009 האט ווייס געגרינדעט "ישיבת מהר"ת", א ישיבה וועלכע וועט טרענירן פרויען צו זיין רבנים (מהר"ת איז ראשי תיבות: מנהיגה הלכתית רוחנית תורנית).
אין יוני 2009 האט ווייס געגבן סמיכה לרבנות פאר שרה הורוויץ, אין איר באטיטלט "מהר"ת". נאך דעם וואס דאס האט אויסגערופן גרויס אויפברויז אין מער רעכט גענויגטע ארטאדאקסישע קהילות, האט ווייס אין פעברואר 2010 דערקלערט אז הורוויץ'ס טיטל איז "רבה", און אז ער וועט מער נישט געבן נאכאמאל סמיכה פאר א פרוי.
הורוויץ איז היינט דיען פון די ישיבה און אלס ראש מגידי שיעור דינט רבי יששכר כ"ץ.