לדלג לתוכן

ראבאט

פֿון װיקיפּעדיע
"אַסימאָ" ביי עקספאָ 2005

א ראָבאָט איז אן אויטאָמאטישע מענטש־געמאכטע מאשין וואס האט אריינגעבויט א פראגראם וואס קאנטראלירט זיין באוועגונג.

דאס ווארט "ראָבאָט" ווערט דערמאנט צום ערשטן מאל אין א דראמע פונעם טשעכישן דראמאטורג קארעל טשאפּעק.

דער באגריף פון א געמאכטן באשעפעניש וואס קען זיך פירן ווי א מענטש האט מען שוין אויסגעטראכט אין די אוראלטע צייטן.

דער וויסנשאפטלעכער שרייבער אייזיק אסימאוו האט געשריבן און געפארשט דעם ענין פון ראבאטן.

דער אפטייל פון טעכנאלאגיע וואס באהאנדלט ראָבאָטן הייסט ראבאטיק.

ראָבאָטן ווערן געניצט אין פאבריקן פאר שניידן, שווייסן און נאך ארבערט.