לדלג לתוכן

קעמפ דעיוויד

פֿון װיקיפּעדיע

קעמפ דעיוויד איז די אפיציעלע אפרוה פלאץ פאר די פרעזידענט פון אמעריקע

1936 האט די אמעריקאנער רעגירונג אפגעקויפט די 125 אקער-לאנד אין מערילענד, און אין 1942 ווען די סיקרעט סערוויס האט געזיכט א אפרוה פלאץ פארן פאפולערן פרעזידענט "פרענקלין דעלאנאו רוזעוועלט" צוליב די פייכטע-הייסע קלימאט אין וואשינגטאן, אין צוליב די אהנקום פון די צווייטע וועלט קריג, וואס האט נישט געלאזט די פרעזידענט ארויסשווימען אויפן וואסער מיט זיין אפרוה יאכטע שיף, נעמענדיג און אכט די יו-באוט שיפען, האט מען דאס געטראפען, און נאכען ערשטען וויזיט פינעם פרעזידענט איז די פלאץ געווארען אפיציעל, באקומענדיג די נאמען דעיוויד ווען פרעזידענט אייזנהאוער האט עס געגעבען א נאמען נאך זיין אייניקעל,


פרעזידענטן: קארטער, בעגין, סאדאת, ביי די אפמאך


די אפרוה פלאץ ווערט אפט געניצט פאר געשפרעכן מיט אנדערע וועלט פירער, די ערשטע פרעמדע באזיכער איז געוען ווינסטאן טשורטשיל,

די מערסטע באקאנטע באגעהגעניש איז די ישראל-מצרים אפמאך אין 1979 דורכגעפירט דורך פרעזידענט קארטער פאר שלום מיט בגין אין סאדאת.


און אין 2000 האט ביל קלינטאן אהנגעפירט געשפרעכען אין קעמפ דעוויד צווישען אהוד ברק און יאסיר אראפאט וואס האט זיך מיט גארנישט אויסגעלאזט