לדלג לתוכן

קארלאס סלים

פֿון װיקיפּעדיע
קארלאס סלים
Carlos Slim
געבורט 28 יאנואר 1940 (אלט 84)
מעקסיקא שטאט, מעקסיקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה מעקסיקא, לבנון רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט מעקסיקא שטאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט לאנדישער אויטאנאמישער אוניווערסיטעט פון מעקסיקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך טייקון, פילאנטראפ, אינוועסטירער, הויפט פארוואלטער, אינפארמאטיקער, ציווילער אינזשעניר, איניציאטאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.carlosslim.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
קארלאס סלים

קארלאס סלים איז א מעקסיקאנער ביזנעסמאן און דער רייכסטער מענטש אין דער וועלט, געשאצט אויף $67.8 US ביליאן.

ער איז א זון פון לעבאנעזער אימיגראנטן ער האט אנגעפאנגען זיי קאריערע אין ריעל עסטעיט און ער האט דערנאך איינגעקויפט שותפות אין א סטאק בראקערעדזש פירמע. דורכאויס דעם לאטיין אמעריקאנער עקאנאמישן קריזיס אין די אנפאנג 80'ער יארן האט סלים אפגקויפט און ערהוילט מערערע פראבלעמאטישע ביזנעסער, וועלכע ער האט איינגעגלידערט אין זיין "קארסא גרופע".

סלים'ס רייכקייט שטאמט פון דעם וואס ער איז דער עיקר שותף און 222 ביזנעסער, רוב פון דעם אין מעקסיקא ווי ער קאנטראלירט שטארק די מארקעט מיט זיינע פראדוקטן. ער צייכענט זיך אויס מיט איבערנעמען פראבלעמאטישע ביזנעס'סער און זיי אין ארדענונג ברענגען. אין מעקסיקא קאסטן רוב זאכן טייערער ווי אין אמעריקע, איינע פון די סיבות ווייל די מארקעט דארט איז מער ווייניגער קאנטראלירט פון אזעלכע גרויסע עשירים ווי סלים.

זיין עיקר רייכקייט קומעט פון די סטאק אמעריקע מאוויל וואס איז לאטיין אמעריקע'ס גרעסטע סעליולער טעלעפאן פירמע, וואס ווערט קאנטראלירט דורך סלים. ער האט עס איבערגענומען אין 1990 פון די רעגירונג און ער האט עס שטארק פארברייטערט, היינט צוטאגס איז עס דער הויכפונקט פונעם מעקסיקאנער סטאק עקסטשעינדזש.

מען שאצט אז סלים און זיין פאמיליע פארמאגן א פארמעגן וואס איז ווי 8 פראצענט פון מעקסיקא'ס נאציאנאלע פראדוקציע.