פעטער
מראה
א פֿעטער (בּאַטשי אויף אונגאריש) איז א פאמיליע נאענטשאפט, וואס אזוי רופט מען איינע פון די עלטערן'ס ברודער אדער שוואגער. א שוועסטער אדער א שוועגערין פון אן עלטער רופט מען א מומע.
דעם זיידנ'ס ברודער, איז אן עלטער־פעטער.
דער באטרעפנדער איז א פלימעניק אדער א נעפֿע, און ביי א נקיבה א פלימעניצע אדער ניכטע.
יודישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען זיצט נישט שבעה אויף א פעטער אבער ער איז פסול לעדות.
אנדערע באנוצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א רייכער מענטש קען מען אויך אנרופן מיטן נאמען פעטער, ווי עס גייט די סלענג ווארט אָנקל סעם אויף די אמעריקאנער רעגירונג.
פעטער קען אויך מיינען א דיקער, אדער פעשער מענטש, וואס דאן אויב מען זאגט עס קען עס זיין א באליידיגונג.