עטאנאל
.
עטאַנאל, אויך באוואוסט ווי עטיל אלקאהאל, איז א ברענעוודיקע כעמישע פארבינדונג אן קאליר, און איז דער אלקאהאל וואס געפינט זיך אין אלקאהאלישע געטראנקען . ווען מענטשן רעדן וועגן עטאנאל, זאגן זיי אפטמאל סתם אלקאהאל. זיין כעמישע פארמל איז C2H5OH, אויך געשריבן C2H6O. מען ניצט אים פאר א צעפירער ווייל ער קען צעפירן אסאך אנדערע כעמיקאלן און איז נישט שטארק גיפטיק.
עטאנאל ברענשטאף
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עטאנאל ברענשטאף קען מען ניצן אנשטאט בענזין אין אויטאמאבילן און אנדערע מאטארן. מאטארן קענען ניצן אדער ריינעם עטאנאל אדער עטאנאל געמישט מיט בענזין.
אין בראזיל, 18% פונעם ברענשטאף וואס מען ניצט אין אויטאמאבילן איז עטאנאל ברענשטאף פראדוצירט פון צוקער רערן. צוליב דעם, דארף בראזיל נישט קויפן נאפט פון אנדערע לענדער.[1]
אין די פאראייניקטע שטאטן, רוב אויטאמאבילן קענען ניצן ברענשטאף מיט אן אינהאלט ביז 10% עטאנאל. אויטאמאביל פראדוצירער ווי פארד, דיימלער קרייזלער, און GM מאכן אויך פארווארג וואס קענען פארן אויף ברענשטאף מיט א העכערן טייל עטאנאל, ביז 85% (E85). ביז 2006, זענען שוין געווען זעקס מיליאן E85-שטימיק פארמיטלען אויף די גאסן פון די פאראייניקטע שטאטן.[2]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- E85 is an alcohol fuel mixture: 85% ethanol + 15% gasoline - US E85 refueling map
- International Chemical Safety Card 0044
- Molview from bluerhinos.co.uk (ארכיווירט 25.09.2008 ביי דער Wayback Machine) See Ethanol in 3D (may take over a minute to load using a dial-up connection)