משה רובאשקין
ר' משה רובאשקין איז געווען דער ערוויילטער יושב ראש פון דער יידישער קהילה ראט אין קרוין הייטס פון תשס"ה ביז תשס"ט.
ער איז א זון פון ר' אהרן רובאשקין פון רובשאקין פלייש.
ער איז געזעצן אין תפיסה פאר אומערליך ביזנעס האנדעל, פאלטשע טשעקס און טעקס פארהוילונג.
זיין ערוויילונג צו פירן קרוין הייטס. האט געדארפט אריינברענגען שלום צווישן אלע רבנים אין קרוין הייטס בית דין הויפטזאכליך צווישן די צוויי קעגנער רב אברהם אזדאבא און רב אהרן יעקב שוויי, זינט ער האט אסאך געלט האט יעדער דרך ארץ געהאט פאר אים. און אנפאנג האט ער טאקע צוזאמגעברענגט די רבנים אויף איין טיש פאר א פאטא אפ, אבער די שלום האט נישט צולאנג אנגעהאלטן.
צום סוף ווי עס האלט היינט איז ער געווארן צוקריגט מיט הרב שוויי און איז אין גוטן מיט הרב אזדאבא.
ער האט פארופן וואלן פאר נייע רבנים צום קרוין הייטס בית דין, אכט הונדערט אידן האבן געשטימט צוצילייגן נאך דריי רבנים צום ארטיגן קרוין היייטס בית דין. די וויילער האבן אין דעם געזען א פאזיטיוון שליכטונג וואס וועט אריינברענגען פרישע כוחות פאר די רבנים אין שטאט אינערהאלב די מסגרת פון א עטעבאלירטער בית דין וואס וועט אינפאסירן תורה'דיגע געזעצן אויף דעם עולם דארטן וואס איז זייער אפפגעשוואכט אין אידישקייט ספעציעל די איגענט, וואס ווערט קאלט פון דעם כל הישר בעיניו יעשה.
די קעגענער אבער טענה'ען אז מדארף זיך אנעמען פארן כבוד פון דעם גדול בתורה רב שוויי, וואס די גאנצע וואלן איז געווען צו נייטראליזירן זיין כוח אין בית דין לטובת רב אזדאבא מיט נאך 3 רבנים. און זיי האבן בויקאטירט און באקעמפט די וואלן. טענהדיג אזז דאס איז געפעלטשט.
די מחלוקת ארום דעם האט זיך וויייטער צופלאמט ווען א טייל פון די פאליטיקער וואס ארבייטן מיט די קהילהה פארטרעטערשאפט זענעען אין קקארטט און געשלעגן מיט הענט האט שוין ארעסטיירט ר' משה רובאשקין וואס איז נאך אפ פראבעיששאן פון זיין ביזזנעס ארעסט.
וועבלינק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- א בלאג פון זיינע קעגענער מיט האלבעטע אמת'ן אאיבער אים. [1] (ארכיווירט 29.06.2006 ביי דער Wayback Machine)