מורה נבוכים
מראה
מורה נבוכים איז א ספר אויף חקירה, דער מחבר איז דער רמב"ם.
איבערזעצונגען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער ספר האט ער ארגינעל געשריבן אין די יודישע אראבישע שפראך וואס מ'האט דאן דארט גערעדט.
דער ערשטער איבערזעצונג אויף לשון הקודש איז געמאכט געווארן, אויף די פארלאנג פון די יודן אין פראנקרייך, דורך רבי שמואל אבן תיבון וואס ער האט דאס אנגעהויבן נאך ביים לעבן פונעם רמב"ם און געענדיגט צוואנציג יאהר דערנאך.
דאס איז געשריבן אויף אביסל א שווערע שפראך, אבער איז די מערסטע פארשפרייט און הייסט די מערסטע מדוייק.
אביסל נאכדעם האט רבי יהודה אלחריזי געמאכט אן אייגענעם איבערטייטש אויפן פארלאנג פון די שפאנישע יודן, א גרינגערן ווי פון אבן תיבון, אבער ווי עס הייסט איז עס נישט אזוי פונקטליך איבערגעזעצט.