מדינה
מראה
- דער ארטיקל דיסקוטירט א וועזן אין פאליטישער וויסנשאפט. טאמער זוכט איר א געאגראפישן ארט, זעט לאנד.
א מדינה אדער שטאַט אין פאליטישער וויסנשאפט איז א געזעלשאפט פון מענטשן וואס וואוינען אין א געוויסער טעריטאריע לויט א געזעצלעכן אויטאריטעט אונטער א רעגירונג.
אין דער אלטער היסטאריע פלעג זיין שטעט מיט אייגענע מלכים, אזוי איז יעדע שטאָט געווען א באזונדערע מדינה, למשל אין אוראלט גריכנלאנד. שפעטער האט זיך געמאכט גרעסערע מדינות, וואס זענען לענדער. היינט איז פאראן א באגריף פאר א באזונדערע מדינה פאר יעדן פאלק.