מאהענדאס קערעמטשענד גאנדי
מראה
געבורט |
2 אקטאבער 1869 Q14552167, בריטישע אינדיע |
---|---|
דערמארדעט |
30 יאנואר 1948 (אלט 78) ניי דעלי, Q1775277 |
מדינה | אינדיע |
וואוינארט | לאנדאן, אינדיע, דרום אפריקע |
אונטערשריפט | |
מאהענדאַס קערעמטשענד גאַנדי (דעוואנאגארי: मोहनदास करमचन्द गांधी, גודזשאראטיש: મોહનદાસ કરમચંદ ગાંધી; 2טן אקטאבער 1869 - 30סטן יאנואר 1948) איז געווען א פאליטישער פירער אין אינדיע, וואס האט געפירט די אינדישע זעלבשטענדיקייט באוועגונג אין איר קאמף קעגן דער הערשאפט פון דער בריטישער אימפעריע.
גאנדי איז געבוירן דעם 2טן אקטאבער 1869 אין פארבאנדאר, א שטעטל אין היינטיגן גודזשאראט, אינדיע. זיין פאטער, קערעמטשענד גאַנדי, איז געווען פרעמיער מיניסטער פון פארבאנדאר שטאַט; זיין מוטער, פוליטבע, איז געווען א דזשיין.
אין דעצעמבער 1921, גאנדי איז געווארן פירער פון דער אינדישער נאציאנאלער קאנגרעס.
גאנדי האט שטארק געהאלטן אז די דערפער זענען די אמתע אינדיע, און האט זיך דערקעגנט צו דער אינדוסטריאליזאציע פון זיין תלמיד דזשאווארהארלאל נעהרו.