כתב עברי
מראה
כתב עברי איז די בוכשטאבן וואס אידן האבן געניצט צו שרייבן פאר גלות בבל. נאך ארויפקומען פון בבל האבן אידן געניצט כתב אשורית וואס מען ניצט ביז היינט, אבער פאר א שטיק צייט האט מען נאך אלץ געניצט כתב עברי פאר געוויסע זאכן, ווי למשל אויף מטבעות, אדער אין ספרים. די זעלבע בוכשטאבן האבן אויך גענוצט די כנענים און די שומרונים. די שומרונים נוצן עס ביזן היינטיגן טאג.
ספרי תורה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין חז"ל איז דא א מחלוקת צו די תורה איז געגעבן געווארן אין כתב אשורית אדער אין כתב עברי. היינט שרייבט מען ספרי תורה אין כתב אשורית, אבער עס איז דא צו געפונען אור אלטע ספרים וואס זענען געשריבן אין כתב עברי. אין די ספרים פון ים-המלח זענען דא וואס די תורה איז געשריבן אין כתב אשורית נאר די שם "יהוה" איז געשריבן אין כתב עברי.
טאוול פון אלף-בית
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]כתב עברי | ||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
כתב אשורית | א | ב | ג | ד | ה | ו | ז | ח | ט | י | כך | ל | מם | נן | ס | ע | פף | צץ | ק | ר | ש | ת |