יעקב האגער
מראה
רבי יעקב האגער זצ"ל (ה'תקע"ג - ט"ז שבט ה'תרמ"א), פון זאבלאטאוו.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקלי איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ג, צו זיין פאטער הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפיל חסיד. און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תר"ח איז רבי יעקלי געווארן דער ממלא מקום פון פאטער אין זאבלאטאוו.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקלי איז נפטר געווארן ט"ז שבט ה'תרמ"א [1].
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי יעקלי האט געהייראט בזיווג ראשון מרת הינדא א טאכטער פון הרב יהודה צבי הירש אייכנשטיין פון ראזלא. בזיווג שני האט רבי יעקלי געהייראט מרת פריידא קיילא א טאכטער פון הרב ישעיה שור פון יאסי. זיינע קינדער:
- מרת שיינדיל, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב יהודה ישראל האפמאן פון סיגעט. בזיווג שני די ווייב פון הרב שאול הורוויץ רב אין טיסמעניץ
- מרת אסתר, די ווייב פון הרב יהושע פרענקל, פון ריישא.
זיינע ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- עטרת יעקב וישראל
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר"
- ↑ "אדער י"ז תמוז א.ל.ג."