לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:באוועגן א בלאט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון הילף:באוועגן)
דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


רעדאקטירן
הייבט אן א נייעם ארטיקל
ארטיקל נאמען


רעפערענצן
לינקען
רערן-לינקען
אינטערשפראך לינקען
אינטערוויקי לינקען
נאטיץ פיסלעך

פארמאטן
וויקיטעקסט
ליסטעס און טאבעלעס
בילדער און טעקעס
פארמלען

ארגאניזירן
אפטיילונגען
קאטעגאריעס
ווייטערפירונגען
באוועגן אן ארטיקל
נאמענטייל
בלאט גרייס

פאררעכטן טעותים
צוריקדרייען רעדאקטירונגען
פאראויסדיגע ווייזונג

שפארן טירחה
רעדאקטירן דורכוועגן
רעדאקטירן פאס
מאגישע ווערטער
מוסטערן
Variables
Calculation

קאמוניקאציע
קורץ ווארט
רעדן זייט
רעדאקטירונג מלחמה
מינערדיקע רעדאקטירונג

אנדערע

זאמדקאסטן

באוועגן א בלאט הייסט מען גיט א נייעם נאמען צום בלאט. דאס קען קומען צו ניץ, ווען דאס קעפל פון בלאט איז גרייזיג, קענט איר באוועגן דעם גאנצן ארטיקל צו א נייעם קעפל. די היסטאריע פון פריערדיקע ווערסיעס גייט אריבער צום נייעם בלאט. אויך ווען דער תוכן פון א בלאט ווערט געענדערט מאכט זיך אז מ'דארף טוישן דאס קעפל. ווען איר טוט דאס באוועגן וועט בלייבן ביידע צוויי קעפלעך, וואס איינס, די אלטע, וועט אויטאמאטיש זיך ווייטערפירן צום נייעם קעפל.

מען זאל אבער נישט באוועגן אדער ענדערן דעם נאמען פון א בלאט דורך אויסמעקן און אריבערפירן דעם טעקסט, ווייל דאס טוט פראגמענטירן די רעדאקטירונג היסטאריע. טאמער איר קענט נישט אליין באוועגן דעם ארטיקל איז די עצה ארויפלייגן דעם {{באוועגן}} מוסטער, און א סיסאפ וועט קענען אויספירן דאס באוועגן ווען ער וועט דאס באמערקן.

אכטונג דער טול איז דערווייל געאסרט צו באנוצען פארן זיך דורכרעדן אין רעדן זייט פון ארטיקל, זעהט מער איבער דעם פאליסי אין וויקיפעדיע:נאמען פון ארטיקל#טוישן אן אנדערן'ס קעפל.

ווי יעדע גוטע זאך איז דאס אויך גוט פאר וואנדאלן, וואס נוצן דאס צו אנזייען חורבן דורך אוועק פירן ארטיקלן פון איר פלאץ, האט מען דאס דערווייל פארשלאסן פאר איי.פי. אדרעסן צו נוצען. איר מוזט זיין איינגעשריבן און אריינלאָגירט זיך צו באנוצן דערמיט.

אויב טוט איר באוועגן אן ארטיקל, און עס קומט אייך ארויס א הודעה אז עס איז שוין פאראן אזא ארטיקל, דארפט איר פריער בודק זיין וואס שטייט אין דעם עקזיסטירנדן ארטיקל, און אריבערפירן פון דארט די נושאים וואס פעלן אין דער ארטיקל וואס איר ווילט באוועגן. אויפמערקזאם! אויב איר באוועגט צו אן ארטיקל וואס אנטהאלט אין זיך נאר א ווייטערפירונג וועט אייך נישט קומען א הודעה אז עס איז שוין עקזיסט אזא ארטיקל, נאר עס וועט זיך אויטאמאטיש אויסמעקן לטובת אייער באוועגונג.

אויב אבער קומט אייך יא אן הודעה אז אזא ארטיקל עקזיסטירט שוין, אבער ווען איר גייט אריין אין יענע ארטיקל זעט איר אז זי איז לעער פון תוכן אדער האט נאר א ווידער-ריכטונג, איז דאס ווייל אין די עקזיסטירטע ארטיקל ליגט אינטערוויקיס אָדער אַ דיסקוסיע אינעם שמועס־בלאַט. אויף אזא פאל דארפט איר קאפירן פון דארט די געפעלטע אינטערוויקיס אין דער ארטיקל וואס שטייט צו באוועגן. ווארשיינליך איך זייער שווער צו נאכפאלגן גענוי וועלכע אינטערוויקי פעלט, דערפאר איז בעסער צו יא אויסמעקן די עקזיסטירטע ארטיקל, און גלייך נאך דעם קאפירן פון די ענגלישע וויקיפעדיע אלע אינטערוויקיס פון דער ארטיקל פון דאס ניי.

אכטונג: ווען איר באוועגט אן ארטיקל צו א נײַעם קעפל, האט אן אחריות און גייט צו הילף:בלעטער װעלכע פֿאַרבינדן אַהער (טרעפט דאס אין די זייטיקע מכשירים, אינעם דריטן מעניו קעסטל, דאס ערשטע קאמענד) בלאט, און טוישט די אלע װײַטערפֿירונגען זאלן דאס פירן דירעקט צום נייעם נאמען און נישט צום אלטן ביז איצטיקן נאמען, ווייל דאס איז א דאפלטע ווייטערפירונג וואס פארשווערט דעם סערווער און וועט מער נישט טראגן דירעקט דעם זיכער צום עצם ארטיקל. היינט אבער איז א טאפעלטע ווייטערפירונג נישט א גרויסער פראבלעם ווייל די ראבאטן וועלן מסדר זיין ביז מארגן.

מען קען נישט באוועגן א בלאט אין דעם קאטעגאריע נאמענטייל. צו ענדערן א קאטעגאריע נאמען דארף מען ענדערן אלע קאטעגאריע אנווייזונגען און קאפירן דעם אינהאלט פונעם רעדאקציע פענצטער.

פֿאָרזיכטיק פֿאַר סיסאָפּן: װען איר מעקט אױס אַ װײַטערפֿירונג בלאַט, מאַכט זיכער אַז דאס פֿאַלשע קעפּל האָט נישט בלעטער װעלכע פֿאַרבינדן אַהין.