לדלג לתוכן

הילף:באהעפטן

פֿון װיקיפּעדיע

אזוי ווי וויקיפעדיע איז א צוזאמשמעלץ פון פארשידענארטיקע מענטשן וואס שרייבן אידיש אנדערשט, קען זיך מאכן אז צומאלן ווערט געשריבן א געוויסער ארטיקל דורך צוויי מענטשן אויף איין ענין, נאר יעדער איינער האט געשריבן אן אנדער קעפל צום ארטיקל.

עס איז טאקע כדי דערוועגן צו מאכן א ווייטערפירונג פון אן אנדער דיאלעקט ווען איר באשאפט אן ארטיקל, אבער פארט קען מען נישט אייביג זיך באווארענען.

דעריבער ביי אזא פאל שטעלן מיר צוזאמען ביידע ווערסיעס אין איין ארטיקל אונטער א פאסיגע קעפל, און מיר שטעלן זיי צוזאם אדער בעטן מיר אנדערע זיי צוזאמען שטעלן.

פארשטייט זיך דער זכות קדימה פונעם קעפל ווער עס ווערט א הויפט איז דער וואס האט די מערסטע און בעסטע אינפארמאציע, אויב זענען זיי ביידע אייניג איז דא זכות קדימה פארן ערשטן געשריבענעם ארטיקל, אחוץ רוב האלטן אז יענע קעפל איז נישט אזוי גוט ווי דאס צווייטע קעפל.

כדי צו אויפמערקן דעם ארטיקל אז מען דארף אים צוזאמען שטעלן, שטעלטס אין אנפאנג פון דעם ארטיקל דעם מוסטער {{באהעפטן}} און איר וועט זען די טאוועלע:

דער ארטיקל איז פארגעשלאגן צו פאראייניקן מיט אן אנדערן ארטיקל.
איר ווערט געבעטן אים פאַררעכטן
.




צו פאראייניקן זעלבע ארטיקלען דריקט דא