גאלאפאגאס אינזלען
די גאַלאַפאַגאס אינזלען (שפּאַניש: Archipiélago de Colón) זענען א גרופע אינזלען אינעם פאציפישן אקעאן וואס געהערן צו עקוואדאר. די אינזלען זענען בארימט פאר א סך בעלי חיים וואס געפינען זיך נאר דארטן, איינשליסנדיק ריזן טשערעפאכעס.
97% פון די אינזלען זענען א נאציאנאלער פארק. דער גאלאפאגאס נאציאנאלער פארק איז אן אונעסקא וועלט ירושה ארט (1978).[1]
טייל היסטאריקער האלטן אז א גרופע פון די אינקא האבן אנטפלעקט דעם ארכיפעלאג אין א רייזע אונטער זייער קייסער טאפא אינקא יופאנקי (1471–1493).
ארט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די גאלאפאגאס אינזלען זענען אויפן עקוואטאר , 973 ק״מ פון עקוואדאר אין דרום אמעריקע. זיי זענען 19 אינזלען מיט סה״כ א שטח פון 8,010 קוואדראט ק״מ יבשה.[2] די אינזלען זענען צוזאמענגעשטעלט פון וואולקאנען. די לעצטע וואולקאנישע אויפרייס איז געווען קערא אזול אויף איזאבעלע אינזל אין מיי 2008.
אין 2001, האבן געוואוינט עטלעכע 18,000 מענטשן אין די גאלאפאגאס אינזלען.[2]
גאלאפאגאס פראווינץ
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ UNESCO, "Galápagos Islands"; דערגרייכט 2012-4-21.
- ↑ a b "Galapagos Islands" (in en).