לדלג לתוכן

באסקיש

פֿון װיקיפּעדיע
Basque Country in Spain and France
Basque Country in Spain and France
דיאלעקטן פון באסקיש

באַסקיש (אויף באסקיש: Euskara יוסקאַראַ) איז די שפראך פֿונעם באַסק פֿאָלק וואָס וואוינט אין די פירענעען בערג אין צפון־צענטראל שפּאַניע און דעם דערבייאיקן ראיאן פֿון דרום־מערב פראנקרייך. כאָטש די אַלע אַרומיגע שפּראַכן זענען אינדא־אייראפעיש, באַסקיש איז אַן אַנדער סאָרט שפּראַך אָן קיין שייכות מיט זיי.