באַניצער רעדן:חיים הערש שטערן

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: װיקיפּעדיע:וויאזוי צו רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


ערשטנס א ייש״כ פאר אייערע ביישטערונגען צו וויקיפעדיע! איך זע אז איר שטעלט א סאך לינקען אין ארטיקלען צו יארן און טעג אא״וו. בדרך כלל דארף מען גוט קלערן וואס איז דער צוועק פון די לינקען. זייט אזוי גוט, לייגט נישט איבעראל א לינק ״ווייל מע קען״; נאר ווען דער לינק טוט עפעס אויף.

נאך א זאך. ביי די בלעטער פון די טעג און די יארן איז דער שטייגער אז מען שרייבט א יאר לפרט גדול (מיט די טויזנטער). ביטע לאזט עס אזוי ווייטער. א ייש״כ פאראויס. --פוילישער 14:05, 18 מערץ 2018 (UTC).[ענטפֿער]


דעס וואס איר זאגט וועגן די לינקען, ביטע זייט אייך בעסער מסביר ווי זאל מען יא לייגן און ווי נישט חיים הערש שטערן (רעדן) 14:30, 18 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

זאל מען ארויס שרייבן די פרט גדול?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך האב געטראפן אסאך פלעצער ווי די פרט גדול שטייט נישט ארויס, נאר אין די וויקילינק איז עס אויסגעשטעלט אז מען קומט אן אהין, איך האב געקלערט אז דעס איז די ריכטיגער וועג חיים הערש שטערן (רעדן) 14:11, 18 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]

דאס ווענדט זיך. אוודאי אין אן ארטיקל וועגן איינעם וואס לעבט, אדער האט געלעבט אין די לעצטע פאר הונדערט יאר, איז גענוג דער פרט קטן. אבער אן ארטיקל וועגן א געוויסן טאג אין יאר באהאנדלט געשעענישן זייט בריאת העולם. דארף מען דעם פרט גדול צו וויסן וועלכע יאר מען מיינט. כל טוב.--פוילישער 14:15, 18 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
א גרויסן יישר כח פארן מיך אויסלערנען, אוו בין נאך ניי דא און איך וויל ארויסהעלפן חיים הערש שטערן (רעדן) 14:19, 18 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]
דער עולם איז דאנקבאר פאר אייער הילף! --פוילישער 16:26, 18 מערץ 2018 (UTC)[ענטפֿער]