אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קארלאס סלים"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט געענדערט: lt:Carlos Slim
מ r2.7.2) (באט: לייגט צו tt:Карлос Слим Элу
שורה 56: שורה 56:
[[th:การ์โลส สลิม]]
[[th:การ์โลส สลิม]]
[[tr:Carlos Slim Helú]]
[[tr:Carlos Slim Helú]]
[[tt:Карлос Слим Элу]]
[[uk:Карлос Слім]]
[[uk:Карлос Слім]]
[[vi:Carlos Slim Helú]]
[[vi:Carlos Slim Helú]]

רעוויזיע ביי 09:39, 21 אויגוסט 2012

קארלאס סלים

קארלאס סלים איז א מעקסיקאנער ביזנעסמאן און דער רייכסטער מענטש אין דער וועלט, געשאצט אויף $67.8 US ביליאן.

ער איז א זון פון לעבאנעזער אימיגראנטן ער האט אנגעפאנגען זיי קאריערע אין ריעל עסטעיט און ער האט דערנאך איינגעקויפט שותפות אין א סטאק בראקערעדזש פירמע. דורכאויס דעם לאטיין אמעריקאנער עקאנאמישן קריזיס אין די אנפאנג 80'ער יארן האט סלים אפגקויפט און ערהוילט מערערע פראבלעמאטישע ביזנעסער, וועלכע ער האט איינגעגלידערט אין זיין "קארסא גרופע".

זיין רייכקייט

סלים'ס רייכקייט שטאמט פון דעם וואס ער איז דער עיקר שותף און 222 ביזנעסער, רוב פון דעם אין מעקסיקא ווי ער קאנטראלירט שטארק די מארקעט מיט זיינע פראדוקטן. ער צייכענט זיך אויס מיט איבערנעמען פראבלעמאטישע ביזנעס'סער און זיי אין ארדענונג ברענגען. אין מעקסיקא קאסטן רוב זאכן טייערער ווי אין אמעריקע, איינע פון די סיבות ווייל די מארקעט דארט איז מער ווייניגער קאנטראלירט פון אזעלכע גרויסע עשירים ווי סלים.

זיין עיקר רייכקייט קומעט פון די סטאק אמעריקע מאוויל וואס איז לאטיין אמעריקע'ס גרעסטע סעליולער טעלעפאן פירמע, וואס ווערט קאנטראלירט דורך סלים. ער האט עס איבערגענומען אין 1990 פון די רעגירונג און ער האט עס שטארק פארברייטערט, היינט צוטאגס איז עס דער הויכפונקט פונעם מעקסיקאנער סטאק עקסטשעינדזש.

מען שאצט אז סלים און זיין פאמיליע פארמאגן א פארמעגן וואס איז ווי 8 פראצענט פון מעקסיקא'ס נאציאנאלע פראדוקציע.