אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקאטלאנד"

פֿון װיקיפּעדיע
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: yo:Scotland
מ באט געענדערט: bar:Schottland
שורה 27: שורה 27:
[[ast:Escocia]]
[[ast:Escocia]]
[[az:Şotlandiya]]
[[az:Şotlandiya]]
[[bar:Schottlånd]]
[[bar:Schottland]]
[[bat-smg:Škuotėjė]]
[[bat-smg:Škuotėjė]]
[[be:Шатландыя]]
[[be:Шатландыя]]

רעוויזיע ביי 20:56, 28 דעצעמבער 2009

סקאטלאנד איז א לאנד וואס איז א טייל פונעם פאראייניגטן קעניגרייך. עס איז אין צפון פונעם אינזל גרויסבריטאניע. סקאטלאנד האט א לאנד גרענעץ מיט ענגלאנד. סקאטלאנד האט בארטנס אויף דעם צפון ים צו מזרח, דע אטלאנטישן אקעאן צו מערב און אויך דעם אירישן ים צו דרום־מערב.

סקאטלאנד איז אמאל געווען אן אומאפהענגיק לאנד מיט אן אייגענער רעגירונג. יעצט אבער איז עס איינער פון די פיר טיילן פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך. אין יאר 1603 איז דער מלך פון סקאטלאנד זשיימס דער זעקסטער פון סקאטלאנד געווארן אויך מלך איבער ענגלאנד. אין 1707 האט דער פארלאמענט פון סקאטלאנד באהאפֿטן מיטן ענגלישן פארלאמענט צו ווערן דער פאלאמענט פון גרויסבריטאניע, און אין 1801 האט גרויסבריטאניע פֿארבונדן מיט אירלאנד צו ווערן דאס פאראיינגטע קעניגרייך פון גרויסבריטאניע און אירלאנד. כאטש סקאטלאנד איז נישט אומאפהענגיק, דורכאויס זיין היסטאריע האט סקאטלאנד געהאט אן אייגענע געזעץ סיסטעם און אן אייגענע שולע סוסטעם, און אן איינציקן קולטור.

זייט 1999 האט סקאטלאנד אן אייגענעם פארלאמענט. טראץ דעם ווערן אסאך זאכן געפירט פון דעם וועסטמינסטער פארלאמענט אין לאנדאן, ענגלאנד. טייל מענטשן אין סקאטלאנד האלטן אז דאס לאנד זאל ווערן נאכאמאל אומאפהענגיק.

צפון סקאטלאנד האט פֿיל בערג, און ווייניג מענטשן וואוינען דארט. רוב מענטשן וואוינען אינעם נידריגן צענטראלן שטח, אדער ארום דעם בארטן. . ארום דעם מערב בארטן און צו צפון זענען דא אסאך אינזלען.

די הויפטשטאט פון סקאטלאנד איז עדינבורג, אויפן מזרח בארטן, אבער די גרעסטע שטאט איז גלאזגוי. כמעט העלפט פון סקאטלאנד'ס באפעלקערונג וואוינען אין גלאזגוי אדער דעם ארומיגן שטח. אנדערע שטעט אין סקאטלאנד זענען אבערדין, דונדי, אינווערנעס און סטירלינג.

היסטאריע

געאגראפיע

טראנספארטאציע