לדלג לתוכן

ארבעה מינים

פֿון װיקיפּעדיע
די פיר מינים

די פיר מינים זיינען לולב, אתרוג, הדס און ערבה. אין די יידישע תורה איז עס איינע פון די מצוות און מען דארף זיי ביי די אלע זיבן טעג פון יום טוב סוכות, אזוי ווי עס שטייט: ”וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי יְהוָה אֱלֹהֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים.” (ויקרא (כ"ג מ))

מען נעמט איין לולב, איין אתרוג, דריי הדסים (מען מעג נעמען מער ווי דריי הדסים) און צוויי ערבות.

די מקורות אין דער הייליגער תורה און ביי חז"ל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער הייליגער תורה ויקרא (כ"ג מ) שטייט: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים וַעֲנַף עֵץ עָבֹת וְעַרְבֵי נָחַל וּשְׂמַחְתֶּם לִפְנֵי ה' אֱלֹהֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים.

חז"ל לערנען ארויס פון דעם פסוק אז פון דערתורה מוז מען שאקלען מיט די ארבעה מינים און א יעדן פלאץ נאר דעם ערשטן טאג פוןסוכות (ולקחתם לכם ב"יום הראשון"), אבער אין בית המקדש ("לפני ה' אלהיכם") האט די תורה געהייסן די גאנצע זיבן טעג ("...שבעת ימים").

נאך דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש, האבן די חז"ל פארברייטערט די מצוה און האבן געמאכט א תקנה אז מען מוז שאקלען די ארבעה מינים די גאנצע זיבן טעג אפי' אויסער דעם בית המקדש, אז עס זאל זיין א זכר למקדש. דערפאר איז מען היינט מקיים די מצוה אלע זיבן טעג, ווי אויך עס אנגערופן א מצוה דרבנן.

אויך האבן חז"ל גוזר געווען אז מען זאל נישט שאקלען די ארבעה מינים און שבת, (אזוי ווי ביי שופר און מגילת אסתר), ווייל מען איז חושש אז מען וועט דאס אריבער פירן פיר אמות אין א רשות הרבים (וואס דאס איז איינע פון די מלאכות וואס איז פארבאטן שבת).

דער טאהשער רבי שאקלט לולב מיט א דביקות

פארן שאקלען לולב זאגט מען די פאלגנדע ברכה: ברוך אתה ה' אלוהינו מלך העולם, אשר קדשנו במצותיו, וציונו על נטילת לולב. אום ערשטן טאג זאגט מען אויך די ברכה פון שהחיינו: ברוך אתה ה' אלוהינו מלך העולם שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה

  • עס איז דא ה"יהי רצון" וואס מען פירט זיך צו זאג פארן מאכן די ברכה.
  • טייל פירן זיך צו שאקלען דווקא און דער סוכה.
  • מען שטייט מיטן פנים צו מזרח, און מען שאקלט דריי מאל אין יעדער ריכטונג: רעכטס, לינקס, פארנט, ארויף, אראפ, און הינטן (לויטן אר"י)[1] אדער פארנט, רעכטס, הינטן, לינקס, ארויף און אראפ ד"ה מזרח, דרום, מערב, צפון, מעלה, מטה.[2]



  1. באר היטב סימן תרנ"א סעיף קטן כ
  2. שולחן ערוך אורח חיים תרנ"א סעיף י