לדלג לתוכן

אפיקורס

פֿון װיקיפּעדיע

אן אפיקורס לויטן רמב"ם איז איינער וואס גלייבט נישט אין איינע פון די דרייצן עיקרי אמונה ווי זיי זענען אוועקגעשטעלט געווארן לויטן רמב"ם אין הלכות יסודי התורה. אבער אנדערע ראשונים האבן נישט איינגעטיילט די אמונה אין דירעקט דרייצען עקרים.

עס זענען דא אפיקורסים וואס גלייבן אין גאט אבער נישט אין תורת משה מסיני. צוליב דעם, אידן פון די רעפארם און קאנסערוואטיווע באוועגונגען ווערן ביי די פרומע פארעכנט אלץ אפיקורסים טראץ דעם וואס זיי גלייבן אפטמאל אין גאט, און פירן זיך מיט פילע פון די אידישע הלכות און מנהגים.

דער רמב"ם אין פירוש המשנה (סנהדרין י,א. עמוד קמ) זאגט אז אפיקורס איז אן אראמיש באליידיקונג ווארט. אין אן אנדער ארט אין רמב"ם ווערט צוגעברענגט אז א גריכישער פילאסאף האט געטראגן דעם נאמען און וויבאלד יענער האט געווען אן אטעיסט רופט מען אלע וואס גייען אין זיין שיטה אן אפיקורס. זעט אין מורה נבוכים (א. עג ביי די ענדע ההנחה הראשונה; ג,יז). און אזוי שרייבט אויך דער מחבר פון ספר הדורות, אז עס זענען געווען צוויי אטעיסטן איינער האט געהייסן אפיקורס און איינע "מין", דעריבער ווער עס גלייבט נישט אין גאט רופט מען אהן מיט די נעמען.

רבינו עובדיה מברטנורא ברענגט נאך פונעם חכם אבן עזרא אז אפיקורס איז פונעם לשון הפקר, אנומעלט, ער זוכט הפקירות.