לדלג לתוכן

אפטאלמאלאגיע

פֿון װיקיפּעדיע
צעשפאלטענער לאמפ בדיקה פון אויגן אין אן אפטאַלמאלאגיע קליניק

אפטאַלמאלאגיע איז דער צווייג פון מעדיצין וואס באהאנדלט קראנקייטן און כירורגיע פון די וויזועלע וועגלעך, כולל דעם אויג, מוח, און ארום דעם אויג, למשל די טרערן סיסטעם און אויגנלעדלעך. פראקטיש איז אן אפטאלמאלאג א כירורגישער ספעציאליסט געבילדעט אין רפואה. אזוי ווי אפטאלמאלאגן מאכן אפעראציעס אויף אויגן, זענען זיי כירורגן.

דאס ווארט אפטאַלמאלאגיע שטאמט פון גריכיש οφθαλμος וואס מיינט אויג און λογος וואס מיינט ווארט, געדאנק אדער רייד; אפטאַלמאלאגיע איז טייטש "וויסנשאפט פון אויגן".