אספארגוס
אַספּאַרגוּס אדער ספּאַרזשע איז א סארט דינע לענגליכע פאפולערע גרינצייג וואס וואקסט אין פרילינג.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מען פלעגט עס אמאל נוצן אלס מעדיצין צוליב זיין אייגנארטיגן טעם.
אין עגיפטן פלעגט מען עס עסן פארפרוירן און אזוי אויך אין גריכנלאנד, שפאניע, סיריע און אין דער רוימישער אימפעריע.
וואוקס און אימפארטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער הויפט פראדוצירער (ביי 2004) פון אספארגוס איז כינע. דערנאך קומט: פערו, דייטשלאנד און די פאראייניגטע שטאטן.
אין די פאראייניגטע שטאטן וואקסט עס בעיקר אין קאליפארניע, מישיגען און וואשינגטאן.
און די פאראייניגטע שטאטן איז דער וועלטס הויפט אימפארטירער פון אספארגוס.
סארטן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס זענען פאראן אויפן מארק צוויי סארטן: די גרינע און ווייסע.
די גרינע איז די נאטורליכע און איז צו באקומען אין אמעריקע.
די ווייסע איז בעיקר פארשפרייט אין אייראפע, און ווערט געמאכט דורכן צודעקן די געוויקס מיט ערד אז ס'זאל נישט צוקומען דערצו קיין לופט.
אין אייראפע איז עס בכלל שטארק פארשפרייט און אין דייטשלאנד ווערט אפילו געפראוועט אן אספארגוס יו"ט.
עס קען ווערן געגעסן רויערהייט, אבער רוב מענטשן פירן זיך עס צו קאכן אין זאלץ וואסער אדער בראטן צומאל מיט אויל אדער אנדערע געווירצן.
אויך קען מען קויפן מארינירטן אספארגוס אין גלאזערנע פלעשער.
ווען מען קאכט עס אין וואסער, ברויך מען אכטונג געבן עס נישט צו קאכן צו לאנג. נאר צום מערסטנס פינעף מינוט.
עס זענען פאראן צו קויפן ספעציעלע שמאלע און הויכע כלים צו קענען קאכן דערין די אספארגוס גאנצערהייט.