סעפטעמבער 11 אטאקעס
סעפטעמבער 11 איז דער טאג אין וועלכע אמעריקע האט געליטן איר שוידערליכסטן טעראר אטאקע אין איר היסטאריע. פיר פליגער זענען געווארן פארכאפט דורך אראבישע מוסלמענער טעראריסטן פון דעם אל קאידא ארגאניזאציע. צוויי פון די פליגער זענען געווארן אריינגעקראכט אין די צוויי וואלקנקראצער פון דעם וועלט האנדל צענטער אין דאונטאון מאנהעטען, אראפברענגענדיג ביידע בנינים ווייניגער ווי צוויי שעה דערנאך. דער דריטער פליגער איז געווארן אריינגעקראכט אין דעם פענטעגאן בנין אין וואשינגטאן, און דער פערטער איז אראפגעברענגט געווארן דורך די פאסאזשירן אין א ליידיגן פעלד אין פענסילוועניע.
קרוב צו דריי טויזנט מענטשן זענען געשטארבען פון דער אטאקע.
9/11 איז נישט בלויז א דאטום. עס איז א באצייכענונג צו די תקופה אין וועלכן מיר לעבן אצינד: טעראר און איסלאמישע פונדעמאנטאליזם. קיין שום לאנד איבער דער וועלט איז היינט נישט באווארענט פון דעם טעראר געפאר.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דעם 11טן סעפטעמבער 2001, 8:46:30 צופרי, האט א קאמערציעלער פליגער אריינגעריסן אינעם צפון טורעם פון די צווילינג טורעמס. מיט קארגע 16 מינוט דערויף האט א צווייטער פליגער אריינגעשאסן אינעם דרום טורעם פון די צווילינג טורעמעס. ביז א 2 שעה דערויף, זענען די 2 העכסטע געביידעס אין מאנהעטן געווען היסטאריע. חורבן און צעשטער, וואס מ'קען זיך אזוינס נישט פארשטעלן. אומברענגענדיג קרוב צו דריי טויזנט מענטשן.
בערך 9:40 יענעם אינדערפרי האט אן אנדערער פליגער אריינגעשאסן אין דער פענטאגאן געביידע.
אן אנדערע פליגער אויפן וועגן צום ווייסן הויז האט זיך אויפגעריסן אינעם וואלד. קאנספיראטארן זאגן אז דאס האט דאס מיליטער ארונטערגעשאסן. דאס מיליטער לייקענט קאטעגאריש. (זעט טעאריע סעפטעמבער 11)