װיקיפּעדיע רעדן:פעסטשטעלן
ביטע העלפן פארעכטן דעם פאליסי זייט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך האב דאס נאר געשריבן אלס פריע ווערסיע אויב האלט איר אנדערשט רופט אייך אן ווארעם. אדער טאמער האט איר א בעסער קעפל באוועגט דאס זיי מוחל.--זאלי 16:44, 14 יוני 2006 (UTC)
נישט מעקן ביי ליגענטס, נאר קודם שרייבן אז טייל זאגן אנדערשט
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- איך בין מיט איין זאך מחולק מיט דיך, אויב ס'איז דא מחלוקת אין א געוויסער באוווסטער עניין דארף מען דאס נישט מעקן, נאר מען קען שרייבן אז דער עניין איז מחולק און האט צוויי ווערסיעס. ►רוני◄ 17:14, 14 יוני 2006 (UTC)
- אויב מען דארף דאס נישט מעקן קומט דאס נישט צו באשריבן ווערן איך וויל מאכן קודם געזעצן וואס מען מוז און מען טאר נישט. וואס מען מעג איז דאך אלעס וואס מען האט נישט קיין דירעקט פארבאט.--זאלי 17:17, 14 יוני 2006 (UTC)
- (צו זאלי) לויט ווי דו האסט געשריבן "בלויז חסידישע און ליטווישע אינפארמאציע מעג געשריבן ווערן אן קיין מקור. ווילאנג עס איז נישטא קיין ערעור אויף איר ווארהייט " איז וועלכער עניין וואס האט א קעגנשטעלער דארף מען אויסמעקן. אבער לדעתי קען מען שרייבן אז דער ענין איז מחולק. ►רוני◄ 17:22, 14 יוני 2006 (UTC)
- רוני, אוודאי קען מען דאס טאן, און מען זאל טאקע זיך אזוי פירן, אבער אלס פאליסי אויס אויב איז דא אן ערעור און איך האב נישט קיין מקור, קען איך נישט האבן א לייזונג, ווייל אין אמת'ן וועט יענער נאכדעם לייקענען אז סאיז דא צוויי ווערסיעס אין די מעשה, וועל איך סוף כל סוף אראפנעמען סייוויסיי דער גאנצער שטיק אינפארמאציע ווייל עס האט נישט קיין מקור לכתחילה, סא אלס פאליסי איז דאס נישט ווערט געווען צו באשריבן ווערן אויב איינער לייקענט.--זאלי 17:26, 14 יוני 2006 (UTC)
- (צו זאלי) לויט ווי דו האסט געשריבן "בלויז חסידישע און ליטווישע אינפארמאציע מעג געשריבן ווערן אן קיין מקור. ווילאנג עס איז נישטא קיין ערעור אויף איר ווארהייט " איז וועלכער עניין וואס האט א קעגנשטעלער דארף מען אויסמעקן. אבער לדעתי קען מען שרייבן אז דער ענין איז מחולק. ►רוני◄ 17:22, 14 יוני 2006 (UTC)
אומאפיציעלע צייטווייליגע אויסנאמען פון פאליסי טאר נישט געשריבן ווערן אלס פאליסי
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]1) איך וואלט נישט געמאכט אן אפיציעלע פאליסי אז מען קען שרייבן סיי וואספארא אינפארמאציע אן א מקור. דאס זאל ווערן צוגעלייגט אלץ אומאפיציעל. און גוט האסטו געטון האסט עס מסביר געווען מיט'ן רעאליטעט פונ'ם נייס וועלט ביי אונז היימישע.
2) דאס אז מען מעג שרייבן אויף א פובליק פיגור לשון הרע אן א מקור וואלט איך נישט געשריבן אזוי בפירוש, און אוודאי נאר אומאפיציעל. מען זאל נישט געבן א פרייע האנט פארדעם. מען דארף זיין אין דעם זייער פארזיכטיג,
וואס מיינט לייקענען: דארף מען זאגן אז עס איז נישט אמת אדער איז גענוג אז "עס קוקט נישט אויס אמת"?
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]יעדע קליינע ערעור איז לעגיטים. מען זאל דאס נאר ניצן אויף ענינים וואס זענען ברייט באקאנט ביי אונזער ציבור, ווי למשל משה גבאי'ס שטייפקייט, אדער ר' מאטעלע'ס שטענדיגע מחאות, וכדו'. --קאצקער 17:30, 14 יוני 2006 (UTC)
- לכוארה דארף מען קלאר ארויס שרייבן אז מען ווייסט אז עס איז נישט אמת, דאס אלעס כדי נישט יעדער איינציגער פון די פארטיי זאל קענען אראפפליקן וואס אים שמעקט נישט אויף זיין רבין. איי ער קען דאך לייקענען אויך, איז דערווייל וועל איך נישט אנמעמען אז חסידות מאכט די חסידים פאר אפענע שקרנים.--זאלי 20:54, 14 יוני 2006 (UTC)
אויב איינער ברעכט פאליסי איז ער א וואנדאל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אויך האב איך אנגעמערקט אין געמיינדע וועגן דעם ענין פון וואנדאליזם. מען דארף נישט זיין אזוי הארב. א פאליסי פארלעצונג מיינט מען זאל עס פארעכטן אן פראגן. אבער דער שרייבער ווערט נישט קיין וואנדאל. זעה מער אין געמיידנע. --קאצקער 17:19, 14 יוני 2006 (UTC)
אויב וועט מען לאזן פארלעצן פאליסיס איז וואס איז דער אויפטוה פון פאליסיס?--זאלי 17:56, 14 יוני 2006 (UTC)
- א פאליסי איז געמאכט אז מענטשן זאלן האבן אן אפגעמאכטע סיסטעם וויאזוי צו שרייבן ארטיקלען. עובר זיין אויף א פאליסי פארדינט זיך נישט קיין שטראף, נאר עס איז ראטזאם אז דער ערשטער וואס זעט א פאליסי פארלעצונג אין אן ארטיקל זאל דאס פרובירן תיכף צו פארעכטן.
- וואנדאליזם איז נאר דאס אקט פון בכוונה שטערן דאס פארבעסערונג פון דעם וויקיפעדיע. נאר איינער וואס זוכט בפירוש צו שטערן דעם פרידליכן פראצעס פון בויען דעם וויקיפעדיע פארדינט זיך א שטראף. --קאצקער 19:47, 14 יוני 2006 (UTC)
- אויב מען ווארענט איינעם איז דאס דען נישט קיין צופרידענשטעלנדער מיטל געוואור צו ווערן זיין כוונה, קיינמאל טאר מען דאך נישט גראד בלאקירן א וואנדאל פארן אים געבן א געלעגנהייט אויפקלערן זיין כוונה.--זאלי 19:55, 14 יוני 2006 (UTC)
פאליסי פון באָלד איז א סתירה צו נישט זיין א וואנדאל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- קלאר אז נישט, נאר אויב עס איז קלאר ער זוכט צו שטערן די אויפבוי אויף א בייזוויליגן אופן. אויב מיינט יענער אז מיט דעם העלפט ער, הייסט ער נישט קיין וואנדאל. וואס מען קען יא טון איז ענפארסירן דעם דריי-מאל-צוריקדרייען געזעץ.
- עס איז כדאי אין אכט צו נעמען אז איינע פון די וויקיפעדיע פאליסיס איז אז מאך זיך נישט וויסנדיג פון קיין געזעצן! א חידוש טאקע-און לכאורה א סתירה, אבער עס איז גאר וויכטיג כדאי אז נייע באזוכער זאלן זיך פילן פריי משתתף צו זיין אן זיך אויסקענען מיט די אלע הלכות. דער באקאנטער סלאגאן איז BE BOLD, פיל זיך דרייסטיש, און דאס איז געמאכט ספעציעל אז מענטשן זאלן נישט מורא האבן צו פארעכטן לויט זייער בעסטן פארשטאנד. "האב נישט מורא צו פארעכטן, און אויב דו טוסט עפעס נישט גוט וועט עס שוין איינער פארבעסערן", איז א גרונטליכער יסוד אויף וויקיפעדיע.
- אין אלגעמיין האלט איך אז מען מאכט פאליסיס זאלן זיי שטימען מיט די אנדערע וויקיפעדיעס אויסער אויב מען מאכט וואלן אויף א געוויסע פרט און דער עולם איז מסכים אויף צו טוישן. דערפאר האלט איך מען זאל זיך גוט אויסקענען אין די ענגלישע (אדער העברעאישע) פאליסיס, און אין אלגעמיין זאל דאס שטימען מיט דעם.
- איך אליין האב שוין גאנץ גוט דורכגעטון די ענגלישע פאליסיס און איך קען גערן צוהעלפן מיט מסביר זיין (נאכאמאל, איך ווייס נישט ווי גוט יעדער קען ענגליש).
- דא איז א ליסט פון לינקס וואס איך האב דערמאנט:
- איך מיין אז דער שמועס איז מער פאסיג אין געמיינדע, גיי איך עס אהין קאפירן און מען קען ממשיך זיין דארטן.--קאצקער 20:18, 14 יוני 2006 (UTC)
- עס איז קיין שום סתירה נישט, רוב מענטשן האבן גוטע כוונות און זייער ווייניג זענען כוונות פון וואנדאליזם, איז דארף מען מעודד זיין באנוצער איבערהויפט נייע זיי זאלן זיך נישט שרעקן פון ווערן אויסגעשפארט תיכף ומיד נאר פארעכטן און מעקן ווי זיי זעהן פאר ריכטיק. און א מנהל סיסאפ בלעז וועט מוזן אים גוט ווארענען און אויספרעגן זיין כוונה פאר ער קען אים בלאקירן, אלגעמיין וואלט איך געזאגט 3 מאל.--זאלי 20:57, 14 יוני 2006 (UTC)