װיקיפּעדיע:קאנדידאטורן/יולי ארכיוו 2007

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מיטן רשות פון רוני עפן איך דעם יעצטיגן בלאט, רוני האט שוין איינמאל ערווענט אז ער דארף דריגענד א מיטהעלפער, די שאלה איז נאר ווער.

דער סיסטעם דא וועט גיין אז ווער עס איז גרייט צו ווערן סיסאפ זאל עס אריינשרייבן דא.

נאך א וואך וועט געשטעלט ווערן וואלן פאר יעדע סיסאפ נאמען וואס ווערט דא אויסגערעכנט, און ווער עס וועט באקומען די מערסטע וואלן וועט עס מאכן.

1) מען טאר נישט אריינשרייבן קיין צווייטנס נאמען.

2) עס איז גוט אז יעדער וואס נאמינירט זיך פאר סיסאפ זאל ארויסשרייבן זיינע ספעציפיקאציעס.


איך מיין אז מען זאל זיך אויך האלטן צו די ארגינעלער דאטום'ס: 1. אז מען מוז זיין אנגשריבן פאר מאי 15 2007, און 2. מען מוז האבן 100 עדיטס פאר יוני 14 2007.

--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 19:58, 15 יולי 2007 (UTC)

איך מיין אז נישט ווער עס האט זיך איינגעשריבן א חודש פריערט און געהאט הונדערט עדיטס פאר מען האט געוויסט פון די ספעציפישע וואלן קען וואוטען.דער בלאט איז געווארן געפענט זשוליי 15 סא גייט מען צוריק א חודש פאר זשון 15 איינגעשריבן איז עליזשבעל צו שטימן אויב האט ער געהאט הונדערט עדיטס פאר זשוליי 15--יודל 11:12, 17 יולי 2007 (UTC)
איך וועל קענען שטימען מיט מיין פרישן נאמען? איך בין באנוצר יעקל ראציגער--למדן 20:01, 15 יולי 2007 (UTC)

באַניצער:למדן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איך וויל א גענצליך נייע עפאכע פארן וויקיפעדיע. איך וואלט געוואלט זען א וויקיפעדיע מיט גענצליכע פרייהייט פון ווארט, וואס יעדער זאל קענען שרייבן סיי וועלכע אמת'ע אינפארמאציע איבער אלעס און אלעמען. אבער אלעס אויף א רואיגע אטמאספערע.

אין די מצב וואס מיר זענען ביז יעצט איז דאס אבער נישט מעגליך געווען, ווייל סיי וועלכע עדיט אינעם וויקיפעדיע האט מען געמוזט זיין פארנומען מיט מלחמות. און אויך האט די וויקעפעדיע ענהאלטן מער ווייניגער "בלויז" ארטיקלעך וועלכע שטערן אפילו פאר מענטשן וועלכע האבן בכלל נישט קיין פארבינדונג צו יענע ענינים, און קיין איין נארמאלע ארטיקל איבער די וויכטיגסטע בעסיק ארטיקלען וועלכע א וויקיפעדיע דארף ענהאלטן. דאס האט קלאר געוויזן דעם רמז פאר יעדן עובר ושב: מיר זענען דא זיך צו פייטן און נישט בויען קיין אינפארמאציע באזע. ווייל דער גרעסטע דזשענטעלמאן מיט מיטגעפיל צו יענעמס מהיפך להיפך מיינונגען וועט נישט קענען מיטארבעטן מיט יענעם ווען יענער האלט אים אין איין שרייען אין די אויער: איך וויל זיך שלאגן מיט דיר.

  1. מיין ערשטע אגענדע דא אי"ה איז ארויפצוארבעטן פעסט די הויפט בלאט, וועלכע איז יעצט בשפל המצב און לייגט די גאנצע וויקיפעדיע אונטער א אומאיינגענעמע סיטואציע. די הויפט בלאט וועט אי"ה ענהאלטן קעסטלעך פון פארשידענע ענינים נאכגעמאכט פון אנדערע וויקיפעדיעס וועלכע זענען דוקא אינטערסאנט פאר אידישע ליינער, און עס זאל זיך אפדעיטן יעדן טאג באזונדער. עס וועט ענהאלטן גאר אינטערסאנטע און נארמאלע זאכן וואס וועט נישט "קיינעם" שטערן.
  2. איך פלאן אי"ה צו זיין גאר אייגנענעם און בויגזאם צו באניצער וואס זענען דא מיטן ציל צו בויען. און אויך באנוצער וועלכע ווילן חרוב מאכן וועט גענוצט ווערן באנוצער הראל'ס טאקטיק פון "אדער ארויסהעלפן אדער פליען". מיט קלאר יענעם זאגן - איידערן באשלוסן אויסצושפארן - קלארע אינסטראקציעס וואס אויב טוט עס דאס און דאס טרעפט ער זיך אינדרויסן פון דא.
  3. קיין איין אזא באשלוס וועט נישט געמאכט ווערן אן רוניס הסכמה.
  4. יעדע פראגע צו מיר וועט געענטפערט ווערן, און שמועסן וואס איך וויל נישט ממשיך זיין וועל איך ארויסשרייבן אז איך וויל נישט.


שמועסן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

האלטסטו אז א סיסאפ מעג בלאקירן עפעס ווען ער אליין'ס איז אין א עדיט קריג איבער דאס?--יודל 20:18, 15 יולי 2007 (UTC)
טייערע יודל, איך האלט אז מען מוז נוצן אביסל שכל אויך אין צוגאב צו די וויקיפעדיע געזעצן. דאס הייסט אז אויב די קאמיונעטי באשליסט אז עס איז א מצב חרום, יעדער איז מודה צו דעם אז איין ספעציפישער באניצער שטערט די וואוקס פון וויקיפעדיע, און מען נעמט אויף א סיסאפ מער ווייניגער ארהערצוברענגען סטאביליטעט, הייסט דאס אז די קאמיונעטי האט אים געגעבן די מאכט דאס צו טון וויאזוי ער זעט עס פאר ריכטיג. און ווילאנג דער קאמיונעטי שטעלט זיך נישט דערקעגן מעג ער דאס טון. אזוי האלט איך, חוץ אויב די געזעצן פון וויקיפעדיע זאגן בפירוש אנדערש - אויף אזא פאל. חוץ דעם האלט איך אז דו קענסט גוט צוניץ קומען דאהי, אזויווי דו ביישטייערסט אסאך אין די העברעאישע וויקיפעדיע לעצטנס, אבער דאס איז נאר ווייל הראל האט דיר שטארק איינגעצויגן דעם פאסיק מיטן אקציע אונטערן קאוד "אדער אויפבויען אדער פליען". דאס קען מען טון דא אויך. - ווי איידער דיך גענצליך אויסשפארן.--למדן 20:30, 15 יולי 2007 (UTC)
און איך זאג דיר אז די וויקיעפדיע פאליסיס פארבאט דאס. ביסטו מסכים צו דעם פאליסי?--יודל 20:32, 15 יולי 2007 (UTC)

אויב דו זאגסט מיר דאס אן א מקור איז דאס גארנישט ווערד. אויב ברענגסטו א בפירושע מקור אז אין אונזער מצב איז דאס אויך אזוי, געב איך מיך אוודאי אונטער, אבער דאן געב איך אויף מיין קאנדידאטור פאר סיסאפ, ווייל דאס מיינט אז איין באנוצער וועט דא אייביג קענען טון וואס ער וויל.--למדן 20:34, 15 יולי 2007 (UTC)

זעה וויקיפעדיע:אויסבלאקירונג פאליסי, און סיי וואסערע מצב עס שטייט נישט דארטן קיין אחוץ. פארוואס געסטו אויף דיין קאנדידאטור אויב אזוי?--יודל 20:36, 15 יולי 2007 (UTC)
ביטע צייג מיר אן א געהעריגע מקור פון די ענגלישע וויקיפעדיעס, ווייל דער אידישע וויקיפעדיע פאליסיס האסטו יארן געפייט אז קיינער זאל נישט טוישן קיין ווארט אנדערש ווי דיר, ממילא איז דאס ביי מיר גארנישט ווערד. אויב עס שטייט ארויס אז א וויקיפעדיע פון זיבן כמעט אקטיווע באניצער און איין סיסאפ קען איין באנוצער מאכן יום טוב פונעם סיסאפ וואס די קאמיונעטי וויל, און דער סיסאפ טאר גארנישט עדיטן אנדערש ווי יענע באניצער, דאן שפיר איך אז איך טוה גארנישט אויף מיטן ווערן סיסאפ, ווייל מיר דארפן דא א סיסאפ פאר א סיבה, צו העלפן אויפבויען און נישט חרוב מאכן.--למדן 20:40, 15 יולי 2007 (UTC)
דער מקור פון יענץ איז דער אינטערוויקי איך האב עס פשוט איבערגעטייטש אויף אידיש. און די שכל זאגט אזוי מיט. אבער איך פארשטיי נישט 2 אדמיניסטראטורן איז דאך דאס דער גאנצער אויפטוה אז דארטן ווי איינער איז א נוגע בדבר נעמט מען א צווייטן דיין.--יודל 20:46, 15 יולי 2007 (UTC)
איך האב נאכנישט קיין מקור אויף דעם אז ווען דער קאמיונעטי מאכט אפ אנדערש, איז די הלכה אנדערש.--למדן 22:22, 15 יולי 2007 (UTC)
איך האב דיך נישט געפרעגט ווען די קאמיוניטי מאכט אפ. מיין שאלה איז פאר די קאמיוניטי מאכט אפ סתם אינמיטן א עדיט מיינונגס פארשידענהייט צווישן דיר און אן אנדער באנוצער מעגסטו אים בלאקירן?--יודל 22:47, 15 יולי 2007 (UTC)
א קלארע ניין!--למדן 00:44, 16 יולי 2007 (UTC)
וואס מיינט ביי דיר די קאמיניטי מאכט אפ? למשל די קאמיונטי האט אפגעמאכט אז איך בין א וואנדאל הייסט דאס אז איך בין א וואנדאל? אדער איך מוז קודם עפעס טאן וואנדאליזם צו הייסן א וואנדאל?--יודל 00:48, 16 יולי 2007 (UTC)
אז דער קאמיונטעי האט אפגעמאכט אז דו טוסט וואנדלאיזם הייסטו א וואנדאל. כאטש דו האלטסט נישט אזוי. אזוי איז די פאליסי איבעראל.--למדן 00:50, 16 יולי 2007 (UTC)
איך דינג זיך מיט דיר. אין די היברו וויקי איז דא אזא מין זאך אז מען דערקלערט אז איינער איז א טרול אבער וואנדאליזם האט אין יעדע וויקי א קלארע מיינונג. אויך אז טאמער איך שטער די קהילה האט דאס קלארע מיינונגן מען קען נישט אפמאכן אז איך בין א וואנדאל ווייל עס געפעלט אייך נישט מיינע שיטות דאס איז צענזור. על כל פנים דערווייל זעה איך ווי איך האלט מיט דיר דו ביסט גארנישט בעסער פון דעם רוני אסאך הצלחה.--יודל 00:53, 16 יולי 2007 (UTC)
אין יעדע וויקיפעדיע וואס עקסזיסטירט איז די קאמיונעטי די פולקאמער בעל הבית, אז די קאמיונטעי מאכט אפ אז דו האסט וואנדאליזירט לויט די געזעצן פון וויקיפעדיע, ביסטו א וואנדאל. פארשטייט זיך אז יעדע מענטש האט נגיעות פאר זיך אליינס, אבער די כלל איז אין די גוישע וועלט אויך אז "יחיד ורבים הלכה כרבים".--למדן 00:56, 16 יולי 2007 (UTC)
דער קאמיניטי וואס מאכט דא אפ און זאגט נישט לויט וועלכע פאליסיס זיי רעדן זענען זיי קלאר נישט באגלייבט. נאר יעדער זעהט אז זיי באדערט מיין שיטות און נישט מיין וואנדאליזם.--יודל 00:57, 16 יולי 2007 (UTC)

למדל, דו ביסט דא גאר ווינציג, און קיין הונדערט עדיטס האסטו אויך נישט איידער יוני 14.--אלץ-ווייסער 22:13, 16 יולי 2007 (UTC)

איך בין שוין דא א היפש לאנגע צייט מיטן באנוצער נאמען יעקלראציגער, דער נאמען איז נישט אזוי איידל האב איך עס געטוישט.--למדן 12:13, 17 יולי 2007 (UTC)

אפאר פראגעס[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אנטשודלגי פאר זיין א נודניק, אבער איז וויל קלארער הערן דיין שטעלונג לגבי:

  1. דעם וואנדאל
  2. סעקס ארטיקלען
  3. חסידישע קריגערייען און שמוץ
  4. אויסשמירן אומשולדיגע מענטשן. --אלץ-ווייסער 19:06, 17 יולי 2007 (UTC)
יישר כח פארן פרעגן. איך וויל קודם נאכאמאל קלאר מאכן אז איך בין בכלל נישט ניי דא, איך בין שוין דא א היפש לאנגע צייט מיטן באנוצער נאמען יעקלראציגער, און ווייל דער נאמען איז נישט אזוי פאסיג האב איך עס געטוישט. איך בין דער זעלבער מיטגעמאכטער, איך האב מיטגעהאלטן גענוי וואס דא האט זיך אפגעטון די לעצטע פאר יאר.
יעצט צו דיינע פראגעס:
וואנדאל
דער וואנדאל באלאנגט נישט דא. פינטל.
במציאות קען איך אים נישט פון איין רגע אויפן צווייטן אויסשפארן ווייל ער האט געטון די אלע זאכן די לעצטע פאר יאר. ער מוז טון עפעס אומגעזעצליך בשעת איך בין סיסאפ כדי איך זאל אים קענען אויסשפארן. און מיין קלארע פאליסי בשעת איך בין סיסאפ איז לגבי דעם וואנדאל, אדער העלפסטו אדער פליסטו ארויס פון דא! און איך זאג אים קלאר וואס יא און וואס נישט, למשל אז ער פארפירט צופיל זאג איך אים קלאר, נאך איינמאל דו שרייבסט אין דעם באנוצער בלאט סיי וואס, פליסטו ארויס. איך פלאן נישט צו גיין צו איבערגעאיילט אויף מיין אייגענע האנט, נאר זיך דורכרעדן מיט רוני בעפאר דראסטישע באשלוסן. - פארשטייט זיך חוץ אויב די קאמיונעטי פארלאנגט בפירוש אנדערש.
סעקס ארטיקלען
מיין שטעלונג איז אז אפילו ווען דער וויקיפעדיע וועט שוין זיין ריזיג דארף נאך אלץ אזאלכע באשרייבונגען געשריבן ווערן מיט מער ישוב הדעת, אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן עטיש, און נארמאל. די וועג וויאזוי עס איז געשריבן ביז יעצט איז נישט איינגעפירט אין קיין איין וויקיפעדיע. און קל וחומר אין אזא קליינע ווי אונזער.
חסידישע קרוגרייען און שמוץ
איז ווידער די זעלבע זאך, די וועג וויאזוי עס איז געשריבן געווארן ביז יעצט איז נישט נארמאל, באשמיצענד, קרוגעריש, און אומנייטראל.
מען דארף געדענקן אז וויקיפעדיע איז געגרינדעט געווארן פאר פרייהייט פון ווארט פאר יעדעם, נישט אלעס געפעלט פאר יעדעם, און עס קען זיך נישט צענזורירן לויט די אייגענע טעם. אבער פונעדסטוועגן זענען איינגעפירט שטרענגע כללים פון עטישקייט און סטאביליטעט אין אלע וויקיפעדיעס וואס עס ליגט די פליכט אויף די אדמיניסטראטורן קער צו נעמען. און פאר דעם זענען די סיסאפס געמאכט געווארן. א זאך וואס דער אידישער וויקיפעדיע האט ביז יעצט נישט געהאט די זכיה דאס צו פארמאגן. און דער חלל האף איך צו ערפילן צו "אלעמענס" צופרידנהייט.--למדן 00:54, 18 יולי 2007 (UTC)

שטיצן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דערגעגן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן. די ביסט דא אינגאנצן עטליכע טאג.--אלץ-ווייסער 17:49, 17 יולי 2007 (UTC)
  2. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן. ►רוני◄ 14:09, 20 יולי 2007 (UTC)
  3. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 17:14, 20 יולי 2007 (UTC)
  4. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן. ביז דערווייל האסטו גארנישט געשריבן נאר געמאכט מחלוקות. --טעכניקער 23:32, 22 יולי 2007 (UTC)

נייטראל[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

באַניצער:שמאלץ[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דאכט זיך אז אלע ווייסן וואס מיין אגענדע איז, אז נישט ביטע אנפרעגן אין וואס פארא ענין און איך וועל ענטפערן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 20:04, 15 יולי 2007 (UTC)

שמועסן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

האלטסטו אז א סיסאפ מעג בלאקירן עפעס ווען ער אליין'ס איז אין א עדיט קריג איבער דאס?--יודל 20:18, 15 יולי 2007 (UTC)
די גרינגסטע תירוץ איז מיט discretion עס ווענדט זיך ווער דער אנדערער איז.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 20:29, 15 יולי 2007 (UTC)
די טאג וואס מיר פירן די וויקיפעדיע לויט די שרייבערס און נישט לויטן תוכן די טאג איז די סוף פון אונז. איך וועל שוין פאר דיר נישט שטימן. גודביי--יודל 20:34, 15 יולי 2007 (UTC)
אוי וויי כ'בין געווען זיכער אז דו גייסט שטימען פאר מיר יא. א שאדט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 20:36, 15 יולי 2007 (UTC)

בנוגע דיין איבערגעאיילטקייט[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אינעם עבר האב איך געזען א טענה אויף דיר אז דו ביסט צומאל צו איבערגעאיילט, און דו ביסט נישט אזוי פריינדליך צו אנדערע באנוצער. אפשר וואלט געווען א פלאן אז דו זאלסט נישט טון קיין שריט אן זיך דורכרעדן מיט רוני?, וועגן דעם זוך מיר דאך נאך א סיסאפ ווייל צוויי צוזאמען איז שטערקער. איך זעלבסט שטיץ אז דא זאל אריינקומען שטרענגע כוחות, און וועל איך אי"ה שטימען פאר דיר, אבער עס פארלאנגט זיך אויך ישוב הדעת. ביטע קאמענטירן.--למדן 13:38, 22 יולי 2007 (UTC)

איך בין מסכים אויף דעם אז איך זאל נישט טאן אנע האבן די צושטימענג פון א צווייטען סיסאפ ערשט. אגב כ'האב אויך געזעהן די טענה אבער ווען איז דאס געווען? איך ווייס באמת נישט פון וואס מען רעדט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:30, 22 יולי 2007 (UTC)
יישר כח. איז דא טעכניש א וועג צו מאכן אז דאס זאל זיין א התחייבות?--למדן 01:55, 23 יולי 2007 (UTC)
איך גלייב אז נישט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:13, 23 יולי 2007 (UTC)
דאן אפשר טוסטו די מערסטע וואס איז שייך, שרייבסט אונטער אזא התחייבות?--למדן 02:15, 23 יולי 2007 (UTC)
איך מיין ח"ו נישט צו גיין קעגן דיר, אבער קיין תשובה האב איך נישט באקומען טראצדעם וואס איך ווארט שוין כמעט א חודש דערויף. דעריבער איז דערווייל מיין שטימע אויף ניין, ווילאנג איך באקום נישט קיין צופרינדשטעלנדע ענטפער וואס דאן וועל איך מעגליך טוישן מיין מיינונג. --יעקלראציגער 20:32, 13 אױגוסט 2007 (UTC)

שטיצן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Symbol support vote.svg איך בין מסכים באנוצער שמאלץ.--אלץ-ווייסער 22:13, 16 יולי 2007 (UTC)
  2. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --טעכניקער 11:39, 20 יולי 2007 (UTC)
  3. Symbol support vote.svg איך בין מסכים ►רוני◄ 14:04, 20 יולי 2007 (UTC)
  4. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --למדן 13:33, 22 יולי 2007 (UTC)
  5. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --פוילישער 08:21, 26 יולי 2007 (UTC)
  6. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --פיילעט 17:31, 26 יולי 2007 (UTC)

דערגעגן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נייטראל[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

באנוצער:יודל[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מיין פלאטפארמע:

איך בין שוין דא געווען סיסאפ צוויי מאל, די ערשטע מאל האט מיך די אפיס פון די פאונדאוציע אראפגענומען די רעכטן מיינענדיג אז איך טוה עפעס ראנג, ביז זיי האבן איינגעזעהן אז די קהילה דא פון די דריי באנוצער האט עפעס אנדערשט געבאדערט, און דאן מיך צוריקגעגעבן די כוח, ביז איך האב דאס צוזמאן מיט אלע סיסאפס אויפגעגעבן פאר די האפענונג אז פרעמדע פרייע אידן וועלן האבן די אחריות צו אידיש, ווען זיי האבן איינגעזעהן אז מיר זענען בלויז חרדים איז זיי פארגאנגען די אפעטיט פון דא צו זיין אקטיוו. נאכדעם איז רוני דא געווארן סיסאפ מיטן דירעקטן פלאטפארמע צו מיר שטיין אין וועג פון שרייבן סעקסועלע ענינים אדער נעגעטיווע פאר א געוויסער פארטיי, ער האט געהאלטן ווארט און מיך שוין אויסבלאקירט פארן צו לייגן א בילד פון א פרוי אין התבודדות וואס ביידע הויפטן וויקיס האבן דאס יא דערמיט ווייזענדיג אז דא גייט זיין א פרומע צענזור אויף די זאכן, אויך האבן מיר געזעהן א צולאזטקייט פון איבערשרייבן די אהרן טייטלבוים און די וויינבערגער פרשה ארויסנעמען אלעס וואס איז נעגעטיוו צו אים. אלזא האב איך נישט קיין אנדער ברירה נאר צו לויפן דא צו א דריטן מאל סיסאפ. ווער עס וויל אן אפענער פרייער אנציקלאפדיה זאל שטימען פאר מיר, ווער עס וויל א פארמאכטער פרומער צענזורירטער לטובת איין צד אין סאטמאר זאל שטימען קעגן מיר. א ייש"כ.--יודל 11:04, 17 יולי 2007 (UTC)

שמועס[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שטיצן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דערגעגן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן. דו וועסט דא אריינברענגען נאר ארטיקלען איבער סעקס. און איבער חסידישע טינופות. און באשמוצן מענטשן וועלכע זענען נישט אין דיין פארטיי. דו קענסט דא קיין סיסאפ נישט זיין.--אלץ-ווייסער 17:47, 17 יולי 2007 (UTC)
  2. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן. ►רוני◄ 14:05, 20 יולי 2007 (UTC)
  3. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:42, 20 יולי 2007 (UTC)
  4. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן--למדן 13:34, 22 יולי 2007 (UTC)
  5. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן --א.עפשטיין 19:01, 22 יולי 2007 (UTC)
  6. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן --פיילעט 17:32, 26 יולי 2007 (UTC)

נייטראל[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

באַניצער:פוילישער[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איך שרייב זיך איין קאנדידירן אלס סיסאפ צו העלפן מיט דער ארבעט פון פארבעסערן די יידישע וויקיפעדיע. איך בין דא א באניצער זייט י"ב אב תשס"ו (6 אויגוסט 07) ווי אויך א באניצער אין דער ענגלישער וויקיפעדיע. ס'איז דא אסאך וואס מען דארף טון, סיי צו מערן די צאל און די ניווא פון די ארטיקלן, סיי צו פארבעסערן און פארגרעסערן די הילף בלעטער. כ'בין שוין טעטיג אין דעם שטח פון שאפן נייע מוסטערן און מאכן סדר ביי די קאטעגאריעס, אוודאי אויב איך וועל ווערן א סיסאפ דא וועל איך אריינלייגן מער כוחות דא.

ס'מאכט זיך אמאל חילוקי דעות צווישן באניצערס. ווי ווייט מעגליך טו איך זיך דערווייטערן פון מחלוקת און עדיט-קריג. טאמער איך מערק אן א קריג צווישן צוויי באנוצערס וועל איך פרובירן מיט זיי צו טרעפן א פשרה. --פוילישער 06:51, 20 יולי 2007 (UTC)

פראגעס[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. וואס איז פשט אין דיין באנוצער נאמען פוילישער?--71.247.142.242 11:20, 20 יולי 2007 (UTC)
  2. וואס זענען די ביישטייערונגן ביז אהער דיינע פארן אידישער וויקיפעדיע וואס דו ביסט גענוג שטאלץ אנצוצייגן אלס א רעזומעי פאר די באנוצער כדי מען זאל דיך ערוויילען? ביטע שטעל אפאר לינקען--71.247.142.242 11:20, 20 יולי 2007 (UTC)
  3. וואס איז דיין מיינונג איבער צענזור. אויב די ארונים, זאלונים, אידישיסטן, אדער סתם פרומע וועלן פארלאנגן אויסמעקן ארטיקלן וואס שמעקט זיי נישט און זיי זאגן אפען אז עס איז אמת נאר עס באדערט זיי צו ליינען. וועסטו אויסמעקן?--יודל 11:24, 20 יולי 2007 (UTC)
  4. וואס איז דיין מיינונג אין א ארטיקל וואס דו האסט שוין אויסגעדרוקט דיין מיינונג קעגן אן אנדער באנוצער מעגסטו נוצן דיין העכערע כוח דאס צו געווינען דורך פארשליסן אז יענער זאל נישט קענען אויפירן?--יודל 11:24, 20 יולי 2007 (UTC)
  5. שרייבסט אין ענגלישן וויקי אז דו ביסט א חרדישער איד, קענסטו אונז אויסזאגן אין וועלכע קרייז דו באלאנגסט? אדער און וועלכע אפטיילונגן פון יענע קרייז?--יודל 11:26, 20 יולי 2007 (UTC)
  6. האלטסטו אז מען מען מעג לאזן א סאקפאפעט וואס האט געוויילט צוויי מאל אין די וואלן בלאט דא ווייטער טעטיק?--יודל 11:34, 20 יולי 2007 (UTC)
  7. וואס איז דיין מיינונג אויף א באנוצער וואס באנוצט זיך מיט טעראר צו פארשפרייטען א חרדישער אידס נאמען פובליק אויפן וויקי מעג מען אים לאזן דא ווייטער זיין א באנוצער אדער ער איז א וואנדאל?--יודל 11:34, 20 יולי 2007 (UTC)
  8. אויב 3 באנוצער וואס זאגן אז זיי שטערט א באנוצער און בעטן יענעם צו בלאקירן אבער זאגן נישט וואס באדערט זיי מיט יענעם נאר אז יענער דעקט אויף צופיל נעגעטיווע אינפארמאציע אין זייער אויגן וואלסטו געבלאקט אז איינער?--יודל 11:34, 20 יולי 2007 (UTC)
  9. זינט דו זאגסט אז דו ביסט א חרידישער איד וואס אין די וועלט מיינט דאס אז מען איז געטריי צו די תורה אידיאלן, און בלויז די רבנים זענען די אטאריטעטן פון הלכה און פירונגן פון כלל ישראל. וויאזוי זעהסטו אין דעם א עתיד פארן אידישן וויקיפעדיע וואס איז לכוארה אויסגעשטעלט אז יעדער שמויגער מעג דא שרייבן פאקטן אויב ער ברענגט א מקור און מען קען נישט צענזורירן לויט די פארלאנגן פון די פאונדאוציע? וויאזוי קוקסטו דאס אן א טובה אדער א רעה? און אויב א רעה פארוואס האלטסטו אז מען מעג זיך דא באטייליגן? ביטע אויסשמועסן דיין בליק אויף דעם גאנצען פרייען און אפענעם אוצר פון דעת דורך די וויקיפעדיע סטרוקטאר און אידיאל.--יודל 12:32, 20 יולי 2007 (UTC)
  10. ביסטו א חבר אדער רעדסטו מיט דעם באנוצער וואס רופט זיך דא רוני אויסער די מסגרת פון די אידישע וויקיפעדיע?--יודל 12:46, 20 יולי 2007 (UTC)
  11. האסטו דא נאך א ניק נאמען? צו אין באנוץ צו נישט אין באנוץ?--יודל 12:47, 20 יולי 2007 (UTC)

עטפערס פונעם קאנדידאט[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. למה זה תשאל לשמי? --פוילישער 23:24, 22 יולי 2007 (UTC)
  2. ס'איז נישט קיין סוד: קוק דא. --פוילישער 23:24, 22 יולי 2007 (UTC)
  3. דער וואס בעט עפעס אויסצומעקן דארף ערקלערן פארוואס. אויב די בקשה איז געהעריג לויט די תקנות פון וויקיפעדיע וועט מען אויסמעקן. טאמער נישט האט יעדער באניצער א רעכט צו זאגן א דעה. --פוילישער 23:24, 22 יולי 2007 (UTC)
  4. מ'קען נישט אוועקלייגן א כלל דא. טאמער איך האט שטארקע חילוקי דעות מיט איינעם איז אוודאי בעסער אז א צווייטער סיסאפ זאל מכריע זיין. --פוילישער 23:24, 22 יולי 2007 (UTC)
  5. -
  6. וויקיפעדיע האט שטרענגע תקנות קעגן סאקפאפעטס און מ'דארף אדורכפירן די תקנות. --פוילישער 23:24, 22 יולי 2007 (UTC)
  7. לויט די תקנות דארף מען ווארענען אדער בלאקירן איינעם וואס איז א וואנדאל אדער ניצט טעראר, נישט קיין שום נפקא מינא צי עס האנדלט זיך וועגן א חרדישן ענין צי נארוואס אן ענין. --פוילישער 23:24, 22 יולי 2007 (UTC)
  8. -
  9. -
  10. -
  11. ניין.

שמועסן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

שטיצן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Symbol support vote.svg איך בין מסכים יודל 12:27, 20 יולי 2007 (UTC)
  2. Symbol support vote.svg איך בין מסכים קיין שאלה ניט. ►רוני◄ 14:03, 20 יולי 2007 (UTC)
  3. Symbol support vote.svg איך בין מסכים--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 17:15, 20 יולי 2007 (UTC)
  4. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --טעכניקער 02:59, 26 יולי 2007 (UTC)
  5. Symbol support vote.svg איך בין מסכים --פיילעט 17:32, 26 יולי 2007 (UTC)

דערגעגן[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Symbol oppose vote.svg איך בין דערקעגן----אלץ-ווייסער 04:49, 23 יולי 2007 (UTC)

נייטראל[רעדאקטירן קוואַלטעקסט]