לדלג לתוכן

שניאור זלמן פון לאדי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שניאור זלמן פון ליאדי)
שניאור זלמן פון לאדי
שניאור זלמן
געבורט 15 סעפטעמבער 1745
בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 דעצעמבער 1812 (אלט 67)
רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פויליש-ליטווישע קאמאנוועלט, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט האדיטש רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פילאסאף, רב, קאמפאזיטאר, פוסק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט אדמו"ר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
דאס דאזיגע בילד האט געמאלן א רוסישער מעלער, ווען דער בעל התניא איז געווען אין תפיסה, מ'האט עס יארן שפעטער געטראפן אין די רוסישע ארכיוון, מיט א רוסישן אויפשריפט, אלס "זאלמינאוו ליאדער". עס זענען נאך געווען אלטע אידן וואס האבן געדענקט הגה"צ ר' חיים אברהם בן הבעל התניא, וואס האט געהאט די זעלבע צורה, און מ'פלעגט זאגן אז ער זעהט אויס ווי דער טאטע, דאס האט באשטעטיגט דאס בילד פאר אמת. (מספר „בית רבי"). אין ספר התמים, שטייט אז דער מהריי"ץ האט געהערט פון זיין באבע, אז איר שווער דער צמח צדק, האט באשטעטיגט דאס בילד.

רבי שניאור זלמן פון לאדי, דער אלטער רבי פון חב״ד (י"ח אלול ה'תק"ה - כ"ד טבת ה'תקע"ג), דער גרינדער פון חב"ד חסידות. ער איז אויך באקאנט אויפן נאמען פון זיין ספר ווי דער בעל התניא.

רבי שניאור זלמן איז געבוירן ח"י אלול ה'תק"ה, אין דער אומגעבונג פון ליאזנא, (א קליין שטעטל אין רייסן לעבן וויטעבסק וואס האט דעמאלס געהערט צו פוילן), צו זיין פאטער הרב ברוך, פון די צדיקים נסתרים, א זעקסטער דור בן אחר בן פון דעם מהר"ל מפראג. (רבי ברוך איז געווען א זון פון רבי שניאור זלמן, א זון פון רבי משה, א זון פון רבי יהודה לייב, א זון פון רבי שמואל, א זון פון רבי בצלאל, א זון פון רבי יהודה ליואי דער מהר"ל מפראג). און צו זיין מוטער מרת רבקה א טאכטער פון הרב אברהם.

ס'איז אנגענומען (מקובל) ביי חסידים, ווען רבי שניאור זלמן איז געווען א יונגל פון דריי יאר, האט דער בעל שם טוב געזאגט פאר זיינע תלמידים, “א הויכע נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, און זיין נאמען איז שניאור - ״שני אור״ - צוויי ליכטיקייטן וועט ער לייכטן, אין תורת הנגלה און אין תורת הנסתר”.

יונגערהייט, האט זיין פאטער גענומען פאר רבי שניאור זלמן, הרב יששכר בער (קאבלינקער) דער מגיד פון ליובאוויטש, אלס רבי מיט אים צולערנען, אבער ווען ער האט אנגעהויבן מיט אים צו לערנען, איז רבי יששכר בער איבעראשט געווארן פון זיין געוואלדיגן שארפקייט און וויסנשאפט, און געזאגט פאר זיין פאטער אז ער דארף נישט קיין רבין.

ביי זיין בר מצוה האבן די גרויסע לייט זיך אויסגעדריקט אויף רבי שניאור זלמן ״רב תנא הוא ופליג״.

אין יאר ה'תקכ"ד איז רבי שניאור זלמן געווען דאס ערשטע מאל ביי דעם מעזריטשער מגיד און איז געווארן פון די יונגסטע תלמידים פון מגיד. נאך דער פטירה פונעם מגיד אין יאר ה'תקל"ג איז רבי שניאור זלמן געווארן א תלמיד פון הרב מנחם מענדל פון וויטעבסק.

אין יאר ה'תקכ"ז איז רבי שניאור זלמן אויפגענומען געווארן אלס מגיד אין ליאזנא, בעלארוס, ווי ער האט שפעטער אין די יארן ה'תקל"ג - ה'תקל"ח געגרינדעט זיין ישיבה.

אומגעפער אין יאר ה'תקל"ב האט רבי שניאור זלמן געגרינדעט דעם דרך החסידות חב"ד, ווען זיין רבי, הרב מנחם מענדל פון וויטעבסק איז ארויף געפארן קיין ארץ ישראל האט ער איבערגענומען די פירערשאפט פון דער גאנצער אומגעבונג.

פארמעסט צווישן חסידים און מתנגדים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תקל"ד איז רבי שניאור זלמן מיטגעפארן מיט זיין רבין מנחם מענדל פון וויטעבסק קיין ווילנא זיך צוטרעפען מיט דעם גר"א, דער גר"א האט אבער זיי נישט אויפגענומען. אין יאר ה'תקמ"ג איז פארגעקומען אן ערנסטער פארמעסט אין מינסק צווישן די צוויי זייטן.

אסרו חג סוכות אין יאר ה'תקנ"ט איז רבי שניאור זלמן ארעסטירט געווארן, און ער איז באפרייט געווארן י"ט כסלו. אסרו חג סוכות אין יאר ה'תקס"א איז רבי שניאור זלמן גערופן געווארן קיין פעטערבורג און י"א מנחם אב איז ער אריבער פון פעטערבורג קיין לאדי.

רבי שניאור זלמן איז נפטר געווארן אין דעם דערפעל פיענא, כ"ד טבת ה'תקע"ג, אין ער ליגט אין האדיטש.

ערב שבת י"ב מנחם אב ה'תק"ך האט רבי שניאור זלמן געהייראט מרת שטערנא א טאכטער הרב יהודה לייב סג"ל פון די אנגעזענע יידן אין וויטעבסק. זייערע קינדער:

  • הרב משה (ה'תקמ"ד - ה'תרל"ח), ער האט געהייראט מרת שפרה א טאכטער פון הרב צבי הירש פון אולע. פון דעם יאר ה'תקע"ו ביז צו זיין פטירה האט ער געפראוועט גלות און זיך אויסבאהאלטן אין די וועלדער.
  • מרת פריידא, די ווייב פון הרב אליהו ב"ר מרדכי, זי ליגט אין האדיטש. זיי האבן געהאט א קינד מיטן נאמען אהרן וואס איז שפעטער געווען רב אין שטאט קרימינטשאק. רבי אהרן האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית מרת חיה פון ברסלב בזיווג שני (נאכדעם וואס איהר מאן הר"ר זלמן ליווארסקי איז נפטר געווארן).[1]
  • מרת דבורה לאה, די ווייב פון הרב שלום שכנא אלטשולער.
  • מרת רחל, די ווייב פון הרב אברהם שיינעס.

א טייל פון זיינע ספרים האט רבי שניאור זלמן נאך אליין ארויסגעגעבן ביי זיין לעבן.

  • הלכות ברכות הנהנין
  • סידור
  • שלחן ערוך הרב
  • שאלות ותשובות
  • ביאורי הזהר
  • תורה אור
  • לקוטי תורה
  • בונה ירושלים
  • אכצן פארשידינע ספרי מאמרים
  • ספר הצאצאים
  • זכרונות ריי"ץ מליובאוויטש
  1. בית רבי דנ"ז ע"ב בהגה"ה, וכן בספר "אוצר יראת שמים" ח"ב דע"ג