לדלג לתוכן

אנטיסעמיטיזם אין רוסלאנד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שנאת ישראל אין רוסלאנד)

כאטש אין כמעט אלע לענדער אין גלות אייראפע האבן די יודן געליטן פון שנאה דורך די גוים, מיט דעם אלעם איז רוסלאנד זיכער געווען "אויסגעצייכנט" אין איר שנאת ישראל. די רוסן האבן קיינמאל נישט ליב געהאט די יודן וועלכע האבן ביי איר געוואוינט. זיי האבן געהאלטן אז זיי ברענגען צרות. אין די יארן ה' ת"ח ות"ט זענען פארגעקומען די ביטערע גזירות ווען א גרויסער חלק פון די יודן פון אוקראינע זענען אומגעקומען על קידוש השם. אפילו ווען די גוים האבן געזען אז די יודן זענען ווערד צו האבן וועגן זיי ברענגען אריין אסאך געלט פאר דער מדינה, האבן זיי אסאך מאל מוותר געווען אויפ'ן תועלת אבי "פטור" צו ווערן פון דעם גרויסן "פיינט" די יודן. אין פוילן איז דער מצב געווען אביסל אנדערש. בערך זעקס הונדערט יאר צוריק האט דער קעניג באליסלאוו, וואס איז געווען מחסידי אומות העולם, איינגעלאדנט די יודן צו קומען וואוינען אין פוילן און דערביי זיך אפרוען פון די רדיפות פון וועלכע זיי האבן כסדר געליטן. עס איז געווארן א גרויסער יודישער יישוב אין פוילן, וואס האט געהאנדלט און געוואוינט רוהיגערהייט, במשך בערך 400 יאר, ביז דעם מלכות פון פוילן איז אונטערגעגאנגע, אין יאר ה'תקנ"ב. דעמאלס איז פוילן געווארן צוטיילט צווישן עסטרייך, רוסלאנד, און פרייסן (א מלכות וואס איז נעלם געווארן נאך דער ערשטע וועלט-מלחמה).

אין יענער תקופה האבן זיך מער ווי א מיליאן יודן זיך געפונען אונטער דער רוסישער מלוכה, וועלכע האט זיי בכלל נישט געוואלט האבן. די רוסן האבן אנגעהויבן זוכן "עצות" וויאזוי מ'ווערט פטור פון די יודן [רח"ל]. איינער פון די זאכן איז געווען דעם "באוואוינונג געגענט". יודן האבן נאר געמעגט וואוינען אין איין געוויסע געגענט וועלכע האט זיך געצויגן [בערך] פון דער שווארצן ים ביז דער באלטישער ים. באלד דערנאך איז געקומען א גזירה אז יודן מעגן נישט וואוינען אין דערפער נאר אין די גרויסע שטעט, פארשידענע זאכן וואס יודן טארן נישט טון פאר פרנסה, וכו' וכו'. די יודן האבן זיך געטראפן באגרעניצט און צוגעשפארט פון אלע זייטן.

אין יאר תקפ"ז, האט דער צאר ניקאליי [ימ"ש] באפוילן דעם טרויעריג-באוויסטע גזירה פון די "קאנטאניסטן". די גזירה איז געווען אויף יודישע קינדער אז זיי מוזן ווערן סאלדאטן אין די מיליטער פונ'ם צאר במשך 25 יאר! דאס איז געווען פון די ביטערסטע גזירות וואס כלל ישראל האט מיטגעלעבט מאז היתה לעם. טויזנטער טויזנטער יודישע נשמות זענען געווארן פארלוירן אויף אייביג צו יודישקייט ל"ע. אפשר מער ווי יעדן גזירה, האט דאס צובראכן דעם אחדות און צוזאמענקייט פון די יודישע קהילות. ברוב רשעותם, האבן די רוסן ארויפגעלייגט דעם אחריות אנצופילן דעם באשטימטן צאל, אויף די ראשי הקהילות אליינס. זיי האבן רח"ל זיך געדארפט מתייסר זיין מיט דיני נפשות בפועל ממש. טאטעס האבן געטון וואס נאר מעגליך צו ראטעווען זייער קינדער פון אזא מצב און עס איז נישט שייך פארצושטעלן די גרויסקייט פון דער ביטערער צרה. די סיפורים אין דעם ענין זענען גוט באוויסט.

אויך דעם עלילת הדם-בלוט בלבול, איז געווארן פריש אויפגעלעבט אין די צייט פון דעם צורר היהודים ניקאליי. אין יאר תקנ"ט זענען איינגעזעצט געווארן 4 יודן אין וויטעבסק וועגן אן עלילת דם. כאטש זיי זענען באפרייט געווארן מחוסר ראיות, האט דער שלטון נאך אלס איבערגעגעבן אן אפיציעלע חוות דעת צום צאר אז עס זענען פארהאן צווישן די יודן אין זיין מלוכה וועלכע הרג'נען גוים פאר מצות וכו'. אונטער דעם שלטון פון ניקאליי האט דער עלילת דם באקומען א ריכטיגע באשטעטיגונג פון דער ממשלה אז דאס איז אמת. די גוים האבן דאס גוט אויסגענוצט.. און דאס האט אויך געהאלפן ניקאליי ווייטער גיין מיט די גזירה פון אוועק כאפן יודישע קינדער, כדי זיי "אויסצולערנען נישט צו טון אזעלכע עבירות".

אין יאר תרט"ו איז ניקאליי געשטארבן און זיין זון אלכסנדר האט איבערגענומען. כאטש ער איז געווען עפעס גרינגער ווי זיין טאטע, האט ער מיט אלעם געוועלטיגט מיט א שטארקע האנט. אין יאר ה'תרמ"א איז ער גע'הרג'ט געווארן דורך מורדים במלוכה, די רוסישע פויערן, וועלכע האבן שוין נישט אויסגעהאלטן פון דעם עניות און ליידן וואס איז געווען מנת חלקם במשך הונדערטער יארן און וועלכע האבן שוין געוואלט מבטל זיין דער מלכות פון די צארן און אויפשטעלן אן אייגענע רעגירונג. די מדינה איז אריין אין אן איבערקערעניש און עס איז געווען א גרויסע סכנה פאר'ן עתיד פון דער מלוכה פון די צארן. דער יורש, אלכסנדר דער דריטער [דער ערשטע איז געווען דער טאטע פון ניקאליי], האט באלד פארשטאנען אז מ'דארף "געבן צו פארשטיין" די אלע רוסישע גוי'שע פויערן, אז נישט די צארן זענען שולדיג אין דעם ארימקייט און די צרות וועלכע טרעפן די רוסישע פאלק. מ'האט געמוזט דרינגענד טרעפן א "שעיר לעזאזל", איינעם וועמען צו באשולדיגן אויף אלעם, בכדי מחזק זיין די מלוכה. נו! ווער איז אויף אלעם שולדיג? אוודאי די יודן.. זיי זענען אחראי אויף די ליידן פון די רוסישע פאלק, זיי נעמען צו אלע געלט.. וכו' וכו'. די צארן [וועלכע האבן געלעבט מיט'ן גרעסטן עשירות וואס איז נאר מעגליך, בשעת דאס פאלק איז אויסגעגאנגען פאר הונגער] איז בכלל נישט שולדיג. אלכסנדר דער דריטער האט אוועק גענומען אלע גרינגקייטן וואס זיין טאטע האט איינגעפירט. ער האט אויסגענוצט אלע מיטלען מעגליך, ארויסרייסן די אלע "פרעמדע" השפעות וועלכע שאדן די מלכות פון רוסלאנד. די שנאת ישראל איז אנגעקומען צו נייע השגות אונטער זיין מלוכה. ווען ער איז געשטארבן אין יאר ה'תרנ"ד, האט קיינער זיך נישט געקענט פארשטעלן אז זיין ממשיך, ניקאליי דער צווייטער, וועט זיין נאך אסאך ערגער ווי ער. די צייט איז געווען א צייט פון מהפכה און מרידה. מ'האט שוין גע'חלום'ט פון א נייער תקופה.. אין זיין גרויסן יאוש, האט דער צאר זיך געקערט צו דער אלטער עצה.. אן עלילת דם קעגן די יודן.. דאס וועט אוועק קערן דאס ביטערקייט פון די פויערן פון עם און עס קערן צו די יודן.. פארשטייט זיך די גוים האבן דאס אנגענומען, און עס האט זיך אנגעהויבן גאר א ביטערע צייט פון פאגראמען [הריגות] און רציחות קעגן יודן. באוויסט צווישן זיי איז דער "קישינוב פאגראם אין יאר תרס"ג, אין וועלכע אסאך יודן האבן פארלוירן זייער לעבן ל"ע.

אין יאר ה'תרס"ה, האט ענדליך אויסגעבראכן דעם מערכה אויף אן ערנסטן אופן. די פויערן האבן אפן ווידערגעשפעניגט קעגן דעם צאר און פארלאנגט אן אייגענע ממשלה. כאטש דער צאר האט דאס פרובירט מבטל זיין ביד חזקה (דעם ערשטן טאג זענען גע'הרג'ט געווארן מער ווי 1000 פויערן דורך די סאלדאטן פונ'ם צאר], האט דער צאר געמוזט עפעס נאכגעבן און האט אוועקגעשטעלט דער "דומא", א שטיקל רעגירונג געוועלט דורכ'ן פאלק. דער צאר האט גוט פארשטאנען אז ער שטייט אויף גאר א געפערליכן מצב און ער האט מחליט געווען צו גיין ביז'ן סוף אין זיין מלחמה קעגן עם ישראל. בסוד סודות, האט מען צווישן די ווענט פון די צארישע פאלאץ צוגעגרייט פארשידענע פלענער וויאזוי צו "ערקלערן" צו דעם רוסישן פאלק ווער זייער "אמת'דיגע" שונא איז, און וואס מ'דארף מיט עם טון [רח"ל]. איין מיניסטער איז געווען געשטעלט מסדר זיין די "פלוצלינגדיגע" פאגראמען.. אן אנדערע צו זען אז מ'זאל נישט איינזעצן קיין איינער פון די גוים וועלכע זענען משתתף אין זיי, א.א.וו. כדי צוצוהעלפן צום ענין, האט די ממשלה אויפגעשטעלט אן ארגאניזאציע מיט'ן נאמען "די שווארצע הונדערטער", וועלכע איז געווען צוזאמגעשטעלט פון קבוצות פון הונדערט ווילדע מענטשן אין יעדן איינס, וואס זייער "ארבעט" איז געווען מסדר זיין און אויספירן די פאגראמען קעגן די יודן. אין דעם זעלבן יאר, האט מען אטאקירט 660 יודישע קהילות דורכאויס רוסלאנד. אין שטאט אודעססא [ביים שווארצן ים] אליינס זענען גע'הרג'ט געווארן 300 יודן. טויזנטער יודן זענען פארוואונדערט געווארן און נאכמער האבן כמעט נישט געהאט פון וואס צו לעבן. דער צאר האט דאן אויסגעטיילט "מעדאלן" צו די ראשים פון די "שווארצע הונדערטער" און דער גאנצע וועלט האט צוגעקוקט אומגלויבנדיג דעם שלעכצקייט פון דער צאר. א יאר דערנאך, תרס"ו, האט דער צאר געלאזט דעם מיליטער משתתף זיין אין פאגראמען אין ביאליסטוק און אין שעדליצע. דער "דומא" אין וועלכע עס זענען געווען אויסגעוועלט אפאר יודן אויך, האט געמאכט פראבלעמען פאר'ן צאר. דער דומא האט פארלאנגט חוקר צו זיין ווער עס איז שולדיג און זיי ברענגען צום משפט. דערפאר האט דער צאר געזען דערצו, אז במשך די נעקסטע צוויי יאר, ביז תרס"ז, האט מען "אויסגערייניגט" דער דומא פון איר יודן. עטליכע זענען אריינגעווארפן געווארן אין תפיסה און עטליכע זענען גע'הרג'ט געווארן דורך די שווארצע הונדערטער. דער דריטע דומא, וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אין יאר תרס"ז, איז געווען אינגאנצן פיל מיט שונאי ישראל. דער צאר האט כסדר מדגיש געווען אז אלע פאגראמען זענען "פלוצלינג" פארגעקומען אלס דעם גרויסן "כעס" פון דעם "רוסישן פאלק" קעגן די יודן. עס האט אבער נישט אסאך געהאלפן, ווייל מער און מער רוסן האבן זיך צוגעשטעלט צום מרידה. דער צאר האט נאר געקענט האפן אז צוריק שטעלן דעם "בלוט-בלבול" אויף אן אופן וואס איז נאכנישט געהערט געווארן, דאס וועט עם ראטעווען.