שטאל

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון שטאל (מעטאל))
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם מעטאל. אויב איר זוכט אן אנדער באדייטונג, זעט שטאל (באדייטן).
שטאָלענער בריק

שטאָל איז א געשמעלץ פון אייזן מיט צווישן 0.2% און 2.1% קוילנשטאף, און אפשר אנדערע מעטאלן, למשל, מאנגאן, כראם, וואנאדיום אדער וואלפראם.

היינט איז שטאל פון די מערסט געוויינלעכע מעטאלן אין דער וועלט. מען פאבריצירט מער ווי 1.3 ביליאן טאנען א יאר.

שטאל וואס אנטהאלט מער ווי 10.5% כראם ווערט אנגערופן זשאווערפריי שטאל.

צווישן די פראדוקטן געמאכט פון שטאל זענען אויטאמאבילן, בריקן, שרויפן, טשוועקעס, ספרונזשינעס, שארפן פון מעסערס און נאדלען.

ניצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

א ראלקע שטאל־וואל

אייזן און שטאל ווערן ברייט באניצט אין דער קאנסטרוקציע פון שאסייען, באנען, אנדערע אינפראסטרוקטור און געביידעס. מערסטע גרויסע מאדערנע סטרוקטורן, ווי למשל וואלקן קראצערס, בריקן און פליפארטן ווערן געשטיצט פון א שטאלן סקעלעט. אויך די מיט א בעטאנענער סטרוקטור ווערן פארשטארקט מיט שטאל. שטאל ווערט אויך געניצט אין פארשיידענע קאנסטרוקציע מאטריאלן, ווי ריגלען, טשוועקעס און שרויפן.

אנדערע ווענדונגען זענען שיפבויעריי, מינעריי און שווערע געצייג ווי בולדאזערן, שטאל-וואל און ווערגצייג.