שאקאלאד
שאָקאָלאַד אדער טשאקאלאדע איז א זיסווארג, געמאכט פון קאקאא מיט בוימל, געמישט מיט צוקער.
טשאקלאד, איז א ליבליכע מאכל אין די וועלט, און אסאך חוקרים זאגן, אז עס איז ממש א געזונטע זאך, עס לעבט אויף און געבט געזונטע קראפט.
עס איז אין די פאמיליע פון 'קאפעין' צוזאמען מיט 'קאווע' און אנדערע פון די דראגס סארטן וואס פאר'שיכור'ט און מאכט פריילעך און מונטער.
עס זענען פארהאנען מילכיגער שאקאלאד, און פארעווער שאקאלאד, שווארצער, ברוינער און ווייסער, יעדער איינער איז אנדערש צוזאמגעשטעלט, און עס איז היינט שוין פארהאנען ספעצילער שאקאלאד אן צוקער אויכעט.
ס'איז היימיש און דערפרישענד, צו פארבייסן א רעפטל קאקאש, און זיפן א גלעזל קאווע, צו בילכער טשאקלאד מילעך, אלץ א איבערבייס ביי פאזע א.ד.ג.
טשאקלאד איז א רייכע נאש, און איז נישט ווי די אנדערע ביליגע נאש וואס שלעפן אראפ דעם מענטש, וואס זענען אמייסטן געמאכט פאר קינדער. טשאקאלאד האט אין זיך חלקים וואס הייבן דעם מענטש אזוי ווי קאווע. די ביטערע טעם פון די קאקאו צוזאמען מיט די צוקער, געט פארן טשאקלאד א טיפע און געשמאקע טעם.