רעדן:ניו יארק שטאט געאגראפישע אפטיילונגען

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

זייער א שיינער ארטיקל!

א פאר הערות:

  • city שטאט
  • town שטעטל
  • village דארף
  • state שטאַט (למשל: פאראייניגטע שטאטן)

--פוילישער 06:53, 9 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

יישר כח. אבער דער ארטיקל קומט מסביר זיין פאר מענטשן די באדייט פון די ווערטער וואס מען הערט כסדר, און נישט דאס באדייט פון 'זייער אפטייטש'. דאס איז דאך וויקיפעדיע, אז א מענטש וואונדערט זיך וואס דער ווארט באדייט ליינט ער עס. העכסטנס קען מען צולייגן ארומגערינגלט די אפטייטש.--איינשטיין 13:27, 9 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

אל מעלת כבוד פוילישער. וויאזוי וואלסטו איבערגעטייטשט אין אידיש די ווארט "עריע" און די ווארט "נעיבערהוט"? ביידע מיט די ווארט געגנט?--איינשטיין 12:04, 12 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

איר פרעגט גוט. מ'זאגט שטח=area אבער איך ווייס נישט צי דאס פאסט אריין גוט דא. אויף neighbourhood איז טייטש געגנט.--פוילישער 15:06, 12 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

דער נאמען פון דעם ארטיקל[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך קלער אז דאס איז מער א געאגראפישע ארטיקל וועלכע קומט ערקלערן וויאזוי ניו יארק סטעיט איז איינגעטיילט אין די "מאפע", אין די ענגלישע וויקיפעדיע שטייט נישט דעם שטיקל וואס איך האב דא געשריבן וועגן "נעיבערהאוט'ס", ווייל דאס פאסט טאקע נישט צו צום נאמען פון ארטיקל, צוליב וואס א נעיבערהוט איז נישט קיין "פירערשאפט אפטיילונג" אבער יא א געאגראפישע אפטיילונג. איך פארשטיי נישט פארוואס זיי האבן עס נישט געמאכט אלץ געאגראפישע אפטיילונגען אין ניו יארק, און דער ארטיקל זאל זיין אביסעלע לענגער. דער ארטיקל ווארפט א מוראדיגע קלארקייט בנוגע די מאפע פון ניו יארק, און איך בעט אז ווער עס האט א גוטע נאמען פאר דעם ארטיקל וואס זאל דאס רעפלעקטירן זאל זיך ביטע אנרופן.--איינשטיין 13:50, 14 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]

דער ארטיקל זעט אויס זייער ברייט און רייך, אבער ליידער איז מיר זייער שווער צו פארשטיין די עיקרי הדברים, איך בין נישט צוגעוווינט לייענען ענגלישע ווערטער אין יידישע ארטיקלען (למשל די: קאונטי עקזעקוטיוו באורד סטעיט סיטי דעגרי ווילעדזש טאון סערוויסעס ווידעראום קאנסול מענעדזשער גאווערמענט קאורט 'איסט גארבעדזש שאסייען בילדינג קאודס טראסטי'ס סקווער מייל אטורני קאמיונעטי זאונינג סאשעל וועלפעיר) איך האף אז עס וועט דיר נישט שטערן אויב איינער וועט איבערטייטשן די ווערטער אויף יידיש (מען קען לאזן דעם ענגלישן ווארט מיט קרייזלען). בכל אופן וואלט איך געטוישט סטייט צו שטאַט. ►רוני◄ 18:45, 14 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
אין אמת'ן זענען די אפטיילונגען יא אדמיניסטראטיווע אפטיילונגען, ווייל לויט דעם טיפ פון אפטיילונ ענדערט זיך די אדמיניסטראטיווע כוחות, אבער געאגראפיש איז אויך וואר. --פוילישער 21:36, 14 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]
יישר כח פוילישער.
רוני עס איז מיר שווער זיך אריינצולייגן אין דיין מצב אז דו פארשטייסט נישט די אלע טערמינען וואס מען הערט דא כסדר, און איך קען נישט פארשטיין וויאזוי עס זאל זיין באקוועמער צו ליינען דעם ארטיקל און די "עיקר" טערמינען זאלן זיין אזאלכע וועלכע ווערן בכלל נישט באניצט צו באצייכענען פלעצער אין ניו יארק. למעשה ווערט א גאווערמענט אנגערופן אזוי וכולו וכולו, אזויווי דו וועסט נישט איבערטייטשן מדינת ישראל ארטיקל אויף "לאנד פון די אידן", א.א.וו. פארט קען איך נישט געבן מיין דעה איידער איך זעה עס איבערגעטייטשט, ווייל מעגליך אז עס איז נישט אזוי געפערליך.--איינשטיין 21:42, 14 מײַ 2008 (UTC)[ענטפֿער]