ריינהארד היידריך
געבורט |
7 מערץ 1904 דייטשע אימפעריע |
---|---|
דערמארדעט |
4 יוני 1942 (אלט 38) פראג, Q152750 |
אונטערשריפט | |
ריינהארד היידריך א קריגס פארברעכער א נאצי פון די הויפט פאראנטווארטלעכע צו די שואה.
אין יאר ה'תרצ"א (1931) איז ער אנגענומען געווארן ביי די נאצישע פארטיי, און דערנאך איז ער נאמינירט געווארן ווי דער הויפט גענעראל פון די פארט יידיגונגס רייך מיניסטעריום.
כסליו ה'ת"ש ווען די דייטשן האבן איינגענומען פוילן האט ער באפעלט די פוילישע קאמאנדאטן צו אויפשטעלן פאר די יידן געטאס און באשטימען א יודענראט.
ער איז אומגעברענגט געווארן אין טשעכאסלאוואקיי, אין יוני 1942, דורך טשעכישע אויפשטענדלער, וואס דערפאר האבן די נאציס אויסגעמארדעט א גאנץ דארף מיטן נאמען לידיצע אלס נקמה, 260 מענטשן, מיטן אויסרייד אז זיי האבן געהאלפן די אויפשטענדלער.
יידן פון טערעזנשטאט האבן באגראבן די אומגעקומענע, און אלס באלוינונג, האט די געטא באקומען די שעפעלעך פונעם דארף.
נאך דער אטאקע האט מען אפערירט אויף היידריך. ער האט געליטן פון סעפסיס, וואס מען קען באהאנדלען מיט פעניצילין, א מעדיקאמענט וואס איז שוין געווארן פאבריצירט נאר אין בריטאניע און די פאראייניגטע שטאטן, מיט וואס דייטשלאנד האט געהאלטן מלחמה.