נאז-גריבלונג
נאָז-גריבלונג אדער פוצן זיך די נאז איז די סארט רינדיגע אדער פארטרונקעטע שליים פון און אין נאז פון מענטש וואס האט זיך אויסגעמישט מיט אויסערליכע שמוץ און באקטעריע.
רוב דערפון איז דאס דורכזיכטיגע נאטורליכע קערפער אפפאל, אבער נאכן טאן איר ארבייט פון איינזאפן און אריינכאפן באקטעריע ווערט דאס קאלירט און הארטער.
טייל מאל איז דאס אין קאליר פון געל טייל מאל פון א גרינע אפ-פאל וואס זאמעלט זיך און די נאז.
עס ווערט ארויסגעלאזט פון נאז נאכאנאנד דורך אריינגעבויטע גלענדס.
די עיקר אויפטוה דערפון איז צו טרעפן און פאנגן דערויסענדע באשטאנדטיילן וואס קומען אריין דורך די נאז לעכער, ווי שטויב און באקטעריע, וואס קענען זיין סכנה'דיג אויב עס גייט אריין אין מענטש טיפער. עס פארטרונקעט זיך די אלטע און אזוי ארום פאלט עס ארויס פון נאז.
טאמער מען האט א קאלד איז דאס לויז און רינעדיג.
אין די ווינטער מאכט זיך מער גריבלונג ווי אין די זומער, ווייל דאן געפינען זיך מער באקטעריע אין די לופט.
אין רוב ציוויליזירטע געזעלשאפטן, זענען פארנעכליסגטע מענטשן וואס זענען נישט מיט אלעמען, ווישן זיך נישט אפ די גריבלונג ווען עס רינט, דעריבער רופט מען א מענטש פון די גרופע א ראציגער.
אידישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביי אידן איז דא אזא מנהג אז די מאמע זאגט פארן קינד אז טאמער פוצט ער זיך די נאז איז ער עובר אויף בל תשקצו.[1]
זיך פוצן די נאז מיט די פינגער אן קיין טישו איז סכנהדיג ווייל עס איז איינע פון די עפענונגען צום קערפער ווי די מויל נאז אויגן [2] לויט א מדרש האט דאס גאר עפעס נישט קיין אייגענומענער גראך כאילו עס שטונקט[3]