ר' משה'לע פשעווארסקער

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' משה'לע פשעווארסקער אויך באקאנט אלס ר' משה סופר (ה'ת''פ (אומגעפער)י''ב טבת תקס''ו).

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה איז געבוירן צו זיינע עלטערן רבי יצחק הלוי און הרבנית אסתר. אין זיין יוגנט האט ער געארבעט אין א קרעטשמע און דערנאך איז ער געווארן א סופר סת''ם.

ער איז געפארן צום מעזריטשער מגיד רבי דובער און נאך זיין פטירה איז ער געווארן א תלמיד מובהק פונעם רבי ר' אלימלך פון ליזשענסק. שפעטער איז ער אויך געפארן צו ר' מענדעלע רימנאווער.

ס'איז מקובל אז רבי משה אלשיך פלעגט זיך מתגלה זיין צו אים.

ער איז געווען באקאנט אלס זייער א מהודרדיגע סופר און די גרעסטע צדיקים האבן געקויפט ביי אים.

פאלגענד א טיילוואזע ליסטע פון ווער עס האט געקויפט ביי אים.